קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,

איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #117

חנינא פלאנצמאן » דינסטאג יולי 22, 2014 1:33 pm

· #1057
איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
יולי 21 האט כאמאס געמאלדען אז זיי האבען פארחאפט א אידישע סאלדאט "אורון שאול" און זיי האבען ארויס געלייגט א נאמען מיט א סאלדאט נאמבער 6092065 ,

למעשה האט צה"ל עס דעמאלץ נישט באשטעטיגט, אין די מד"י אמבאסאדער צי די יו-ען האט געזאגט אז ס'הייבט זיך נישט אן, "קיין סאלדאט איז נישט פארחאפט",

אבער היינט האט צה"ל שוין יא געזאגט אז א סאלדאט פעלט, ס'געווען עפעס א אויפרייס אויף א טאנק צי א אנדערע מיליטערישע מאשין און צה"ל זאגט אז 7 זענען ליידער געשטארבען, אבער למעשה האט מען געטראפען נאר 6, די 7'טע גוף, די גוף פין דעם זעלנער אורון שאול איז נישט געפינען געווארען,

כאמאס טענה'ט אז זיי האבען אים, די שאלה איז נאר צי ער איז ביים לעבען צי נישט, צה"ל זאגט אז זיי פארשען דעם אינצידענט, און זיי וועלען אפדעיטען ווען זיי ווייסען מער,

דערווייל איז די משפחה זייער באזאגט נישט וויסענדיג וואס גייט פאר, דארף מען בעטען דעם באשעפער אז ער אדער זיין גוף זאלען ווי שנעלער באפרייט ווערען, טאמער ער איז ביים לעבען זאל ער קענען אהיים גיין, און טאמער נישט, דאן זאל ער קענען קומען לקבר ישראל,


בילד

ראש הקהל » דינסטאג יולי 22, 2014 1:36 pm

· #1060
Re: "פעלענדע" אידישע סאלדאט: אורון שאול
כאמאס האט שוין געמאלדן אז עס וועט קאסטן א ביטערע פרייז פאר מדנ''י מער ווי דער גלעד שאליט פינעף יעריג שפיל.

חנינא פלאנצמאן » דינסטאג יולי 22, 2014 1:42 pm

· #1065
Re: "פעלענדע" אידישע סאלדאט: אורון שאול
כ'גלייב נישט אז מד"י וועט נאכאמאל פארהאנדלען איבער דעם, זיי האבען זיך שוין אויסגעלערענט אז טאמער געבט מען עפעס נאך, געבט עס נאר אפעטיט פאר ווייטער'דיגע פארכאפונגען,

א קאמאנדא אקציע איז לכאורה די מערסטע וואס זיי גייען טוהן,

השר מקוצי » דינסטאג יולי 22, 2014 1:43 pm

· #1066
Re: "פעלענדע" אידישע סאלדאט: אורון שאול
זיי האבען זיך שוין אסאך זאכען געלערנט אויף גאר א ביטערן פרייז, אבער עס איז אונטער א פראגע צייכען צו זיי האבען זיך 'דערלערנט'

זשורנאליסט » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:15 pm

· #1246
Re: אידישע סאלדאטען און געפענגעניש,
כאמאס טעראר באנדע האט פריער פראקלאמירט אז זיי האבען פארחאפט א סאלדאט, צה"ל זאגט אז זיי זענען עס מברר,

זשורנאליסט » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:19 pm

· #1248
Re: אידישע סאלדאטען און געפענגעניש,
UPDATE: IDF denying BBC reports claiming possible captured Israeli soldier by Hamas terrorists.

ראש הקהל » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:32 pm

· #1249
Re: אידישע סאלדאטען און געפענגעניש,
זיי האלטן אין איין דינייען און ארויסלייגען א צו איסור פירסום, דערווייל זענען זיי מוחזק אלס לעבן אין דינייעל.

זשורנאליסט » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:44 pm

· #1250
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
נו לאמיר האפען אז ס'נישט אמת,

ראש הקהל » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 8:31 am

· #1269
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
א סאלדאט איז פארכאפט ביי חאמאס, די צה''ל האט שוין ארויסגעגעבן די נאמען, בשעת די פארכאפונג זענען געהארגעט געווארן נאך צה''ל סאלדאטען

ראש הקהל » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 9:29 am

· #1270
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
א בילד פינעם פארכאפטער סאלדאט

ראש הקהל » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:21 am

· #1273
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
שרעקעדיג

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:07 am

· #1274
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
ס'קוקט אויס אז די גאנצע אמעריקא- יו-ען סיספייער איז געווען נאר צי געבען א געלעגענהייט צי פארחאפען א סאלדאט,

מיטען באשעפער'ס הילף ווען מען ראטעווען דעם סאלדאט אן קיין ארעסטאנטען אויסטויש, ע"פ תורה איז אסור צי מאכען א טייערע ארעסטאנטען אויסטויש,

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:13 am

· #1275
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
MORE: Israeli Soldier reportedly taken around 9:30am, Hour and half after ceasefire supposed to be in place.

דאס איז געווען די ציל פין די סיספייער, ימ"ש פין די אמעריקאנער, דער באשעפער וועט נאך נקמה נעמען אין גאנץ אמעריקא, זכור ה' לבני אדום את יום ירושלים האומרים ערו ערו עד היסוד בה,

די אמעריקאנער רעגירונג זענען רשעים ארורים, דער באשעפער זאל זיי אויסרייסען ציזאמען מיט יעדער וואס איז געשטאנען אונטער דעם,

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:14 am

· #1276
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
2nd Lt. Hadar Goldin, suspected captured, has a twin brother who is an IDF soldier.

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:15 am

· #1277
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
די נאמען איז הדר גולדין, 23 פין כפר סבא,

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:19 am

· #1280
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
בילד

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:30 am

· #1282
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
מתפלל זיין פאר : הדר בן חדוה לאה זאל געראטעוועט ווערען פין גויאישע הענט,

שלומיאל » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:34 am

· #1283
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
ראש הקהל האט געשריבן:שרעקעדיג

מאך א גוגל סוירטש אויפן בילד וועסטו זעהן אז ס'איז א אלטע בילד.

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 1:08 pm

· #1284
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
דער פארחאפטע בחור איז א "חתן",
א חתן געווארען פאר צוויי חדשים צירוק,

ס'איז א ערליכע משפחה,

זשורנאליסט » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 1:23 pm

· #1289
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
בילד

השר מקוצי » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:39 pm

· #1291
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
פינעם מי שברך איז נעבעך געווארן א 'מי שפרע', עס גייט זייער שווער פאר די ישראלים אין זייער קריג מיט חאמס.

השר מקוצי » מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 11:39 pm

· #1292
Re: איבער פארכאפונגען און סאלדאטען,
ראש הקהל האט געשריבן:א סאלדאט איז פארכאפט ביי חאמאס, די צה''ל האט שוין ארויסגעגעבן די נאמען, בשעת די פארכאפונג זענען געהארגעט געווארן נאך צה''ל סאלדאטען

די צה''ל האט געמאלדען אז ער איז רח''ל טויט, און מעגליך אז מארגן וועט שוין זיין די לווי' אויף די חלקים פינעם קערפער וואס ליגט אין די הענט פון מדנ''י