קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)

וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #127

השר מקוצי » דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:55 am

· #1160
וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)
לאמיר דעבאטירען (וועכענטליכער ארטיקעל אין איד)

עס איז וועכנטליך דא אין די לעצטערע אויסגאבעס פון דער איד דעבאטעס ווי א שרייבער ארבעט אויס צוויי צדדים אויף יעדע נושא וואס ער ברענגט דארט ארויף
עס איז מיר פארגאנגענע וואך אויסגעקומען צו ליינען דארט איבער די נושא פון יא אדער נישט ארויפשטעלן קינדער אין כתה א' פריה וואס עווענטועל ברענגט עס צו פארשפעטיגען דאס אריינגיין אין ישיבה, וואס די באדייט דערפון איז אז בשעת מען טוט אהן די בחורישע בגדים בלייבט מען נאך היבש לאנג מיט די קינדישע השגות, ד.ה. אז אין דער צייט וואס דער קינד קען שוין ווען זיין ביים מלמד אין כיתה א' פארברענגט ער נאך א יאר מיט די לעגאס וואס ברענגט אים צום סוף צו שפעטיגן די אנהויב פון די בחורישע יארן
ע''כ וואס דער איד שרייבער ברענגט אראפ איבער די נעגאטיווע בליק אויף דעם

לדעתי מצד די שטאנדפונקט פון א קוק ווינקעל אלס איינער וואס איז זיך מטפל מיט בויען אסאך אידישע הייזער כדבעי קוק אהן ווי די ערשיינונג פון שפעט ווערן א בחור כהלכה רופט זיך אויך אפ נאך די חתונה וואס ברענגט חלילה אויך צו צובראכענע אין פארשוועמטע הייזער רחחמנא ליצלן צוליב וואס אנשטאט חתונה האבען אלס מבוגרים האט מען חתונה ווי קליינע קינדער און דאס רופט זיך שטארק אפ אויפן שוואכען קשר וואס אזא אומערצויגענע פארפערטיגטער בחור זאל קענען בויען זיין נייער הויז

וואס האלט די עולם?
לאמיר דעבאטירען !

בולעטין » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:08 pm

· #2295
Re: וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)
די ארטיקלען זענען שוין מער נישט דא אין דער איד

זייגער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:20 pm

· #3645
Re: וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)
שוין צוריק?

Yiddish » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:25 pm

· #3651
Re: וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)
No

Y??

זייגער » פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:01 am

· #3657
Re: וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)
א שאד

נייעס » מאנטאג יוני 20, 2016 9:15 pm

· #6953
Re: וועכנטליכער ארטיקעל אין דער איד (לאמיר דעבאטירען)
די ארטיקל זעה איך מער נישט

לעצטענס באשרייבען זיי די היסטאריע פון נאך די פטירה פון הרה"ק בעל דבר"י ויוא"מ זצוק"ל ווען בעלזא האט געפירט מיט די עדה החרדית א געשפאנטע מצב
אינטערסאנט צו ליינען יענע זכרונות
פון הרה"ק מ'פשעווארסק איז דארט דא אינטערסאנטע אויסצוגען.