קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » תורה ויהדות » היכל השקפה » געלעגער ווערט פארכאפט.......

געלעגער ווערט פארכאפט.......

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #132

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:12 am

· #1293
געלעגער ווערט פארכאפט.......
א שארפע ווערטער אויסטויש איז פארגעקומען צווישען די אחראי געלעגער אויף אייוועלט מיט די ארטיגע איינוואוינער צו ער איז יא נתפס אין ציונות צו נישט m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 96#p912496 m

וואס איז די אמת איז מען בארעכטיגט זיך צו פרייען מיט די אומקום פינעם פארכאפטער סאלדאט הדר
אדער איז עס לעגיטים נאר פאר א פארכאפטער אין מינות

געלעגער » זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:28 am

· #1294
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
יעדער דארט איז פארכאפט. ניין?

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:38 am

· #1295
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
אה די ביזט דא?
איך וואלט דיר נישט אזוי אויסגעשמירט ברבים אין דיין אנוועזנהייט
עס קוקט אויס דארט ווי אלע זענען בעד די פארכאפטע איינער מער און איינער ווייניגער

וואס האלטסטע באמת מען מעג זיך פרייען מיט די אומקום פון א סאלדאט וואס איז געווען פארכאפט
ביז היינט האב'ך געוויסט אז נאר די נטורי קרתא זענען אין דעם נכשל יעצט ווער איך געוואר אז אפילו די פארקערטע עקסטרים איז אויך נישט בעסער אין דעם

געלעגער » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:58 am

· #1322
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
וואס זענען די צדדי הספיקות?

עסקן » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:36 am

· #1324
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
געלעגער האט געשריבן:וואס זענען די צדדי הספיקות?

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:25 am

· #1352
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
אין אייוועלט זעה איך די צדדים צו מען מעג זיך פרייען מיט דעם אז די מדינה האט יעצט נישט די קאפוויי מיט כאמאס, אדער טאר מען זיך נישט מיטפרייען מיט א רציחה וואס איז אויסגעפירט געווארן אויף א איד
עס זעט אויס דארט ווי מען פארשטייט אז געלעגער איז יא בעד די וואס פרייען זיך און דאנקען די באשעפער אז כאמאס האט נישט יעצט מיט וואס צו צעגערן די מדינה,

געלעגער » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:02 pm

· #1353
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
האסט פארזען געלעגער'ס תגובה דארט? ער איז דאך מסביר וואס זיין פרייד איז

זשורנאליסט » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:23 pm

· #1354
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
וואסי שלעכט זיך צי פרייען אז אידען ווערען נישט באשאסען, ס'דארף נאך א הסבר אויך, בכלל וואסי פשט מיט דעם אשכול ??????

ראש הקהל » דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:48 pm

· #1358
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
איך פארשטיי אויך נישט פשט אין אזא אשכול
עס איז נאר אינטערסאנט צו זעהן ווי מען רייסט זיך דארטן יעצט איבער ווער עס איז ערליכער אייוועלט צו ק''ש m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23811 m
און דא ווער איך געוואר אז איינע פון די פירער אין אייוועלט איז גאר פארכאפט

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:37 am

· #1379
Re: געלעגער ווערט געכאפט אין מינות
געלעגער האט געשריבן:האסט פארזען געלעגער'ס תגובה דארט? ער איז דאך מסביר וואס זיין פרייד איז

איך האב עס נישט פארזען
יענער פרעגט אים גאנץ א שטארקע פראגע
און ער שיסט צוריק דעם שואל מיט רעטאריק אן זיך קלאר מסביר זיין צו ציונות האט אים געברענגט דאס פרייד צו ביי מנחם שטארק הי''ד וואלט ער אויך געזאגט דאס זעלבע

געלעגער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:51 pm

· #1393
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
רעטאריק? אדרבה קאפי אהער זיין תגובה און לאמיר זען וואס אין זיינע ווערטער זענען רעטאריק

נאר,,פרייליך » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:46 pm

· #1403
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
געלעגער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען מען איז געוואויר געווארן אז מנחם שטארק ע"ה איז געשטארבן דורך זיינע פארכאפער איז עס אויך געווען א הודו לה' הלמאי ער איז מער נישט אונטער זייערע גרויזאמע נעגל?
בלי ספק שפילט ציונות א שיינע ראלע אין די גרויסע שמחה.


טאטע זיסע ווי קענען מענטשען זיין אזוי פארקנאקט?
האלא ער פרעגט דיר עפעס וואס שרייסטו

ווי קענען מוחות זיין אזוי געקעסטעלט?
קעסטל אין קאפ אריין ביי מנחם שטארק וואלט קיינער דאס נישט געזאגט

ציונות..??
שימפ
זאג נאר, אין יעדע בלעטל זעהסטו צינות?
אזוי רעדט מען?
פארמאגסטו א ציונות גלעזער?
אז מען שטעלט דיר אין ווינקל, אטאקיר נישט יענעם

.



צום עצם נקודה וואס געלעגער ברענגט דארט ארויס דארף מען אנקלינגען גלעד שליט און זיין משפחה צו מברר זיין צו עס איז טאקע ריכטיג אז מען ווינטש ענדערש דעם טויט ח''ו פאר א געפאנגענער סאלדאט, און צו זיי ואלטען געזאגט הודו לשם ווען איינער הארגעט ווען גלעד שאליט ביים פארכאפונג

געלעגער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:08 pm

· #1425
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
געלעגער זאגט דארט איין זאך, זינט די מדינה האט געטוישט פאלעסי און פלאנט נישט צו טוישן ארעסטאנטן פאר פארכאפטע וואלט ער לכאורה קיינמאל נישט באפרייט געווארן אדער וואלט געווען אן אקציע אים צו באפרייען און ס'וואלט זיך געקענט ענדיגן מיט טויטע. יעצט אז ער לעבט נישט גייט מען אים נישט קענען פייניגן, מ'גייט נישט דארפן ארויסלאזן טעראריסטן אויב וואלט עס געהאלפן. איז זייער פארשטענדליך די הודו לשם. מנחם שטארק ע"ה איז נישט געווען פארכאפט ביי אראבישע טעראריסטן וואס האבן א היסטארי פון קנאקן קעפ און שיילן ביינער. אויב איז אט די פשוטע ווערטער נישט פארשטענדליך פאר אייך דאן בלייבט נישט קיין סך נאר מתפלל צו זיין פאר אייער שנעלע ריקאווערי.

געלעגער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:12 pm

· #1426
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען מען איז געוואויר געווארן אז מנחם שטארק ע"ה איז געשטארבן דורך זיינע פארכאפער איז עס אויך געווען א הודו לה' הלמאי ער איז מער נישט אונטער זייערע גרויזאמע נעגל?

געענטפערט


בלי ספק שפילט ציונות א שיינע ראלע אין די גרויסע שמחה.



בלי ספק פאר וועם?


טאטע זיסע ווי קענען מענטשען זיין אזוי פארקנאקט?
האלא ער פרעגט דיר עפעס וואס שרייסטו

שרייען? מ'קען ליינען נאטן אין א תגובה?


ווי קענען מוחות זיין אזוי געקעסטעלט?
קעסטל אין קאפ אריין ביי מנחם שטארק וואלט קיינער דאס נישט געזאגט

צום דריטן מאל..

ציונות..??
שימפ

הא?


זאג נאר, אין יעדע בלעטל זעהסטו צינות?
אזוי רעדט מען?

פארוואסזשע דען נישט? וויאזוי דען רעדט מען מיט די פיס?


פארמאגסטו א ציונות גלעזער?
אז מען שטעלט דיר אין ווינקל, אטאקיר נישט יענעם

חחח... נאר אזאנע ווינקלן.
.



צום עצם נקודה וואס געלעגער ברענגט דארט ארויס דארף מען אנקלינגען גלעד שליט און זיין משפחה צו מברר זיין צו עס איז טאקע ריכטיג אז מען ווינטש ענדערש דעם טויט ח''ו פאר א געפאנגענער סאלדאט, און צו זיי ואלטען געזאגט הודו לשם ווען איינער הארגעט ווען גלעד שאליט ביים פארכאפונג

השר מקוצי » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:29 pm

· #1431
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
לפי ידיעתי איז דער סאלדאט גולדין אומגעקומען דורך פייער וואס מדנ''י האט געשאסען אין זיין ריכטונג זיכער צו מאכן אז עס בלייבט נישט איבער קיין אפציע פון משכונות פארהאנדלונג, איך גלייב נישט אז געלעגער האט אין אזא פאל אויכעט געהויבען די הענט צום הימל מיט א הודו לשם

געלעגער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:37 pm

· #1634
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
זיכער נישט

לטובה » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:57 pm

· #1661
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
געלעגער האט געשריבן:געלעגער זאגט דארט איין זאך, זינט די מדינה האט געטוישט פאלעסי און פלאנט נישט צו טוישן ארעסטאנטן פאר פארכאפטע וואלט ער לכאורה קיינמאל נישט באפרייט געווארן אדער וואלט געווען אן אקציע אים צו באפרייען און ס'וואלט זיך געקענט ענדיגן מיט טויטע. יעצט אז ער לעבט נישט גייט מען אים נישט קענען פייניגן, מ'גייט נישט דארפן ארויסלאזן טעראריסטן אויב וואלט עס געהאלפן. איז זייער פארשטענדליך די הודו לשם. מנחם שטארק ע"ה איז נישט געווען פארכאפט ביי אראבישע טעראריסטן וואס האבן א היסטארי פון קנאקן קעפ און שיילן ביינער. אויב איז אט די פשוטע ווערטער נישט פארשטענדליך פאר אייך דאן בלייבט נישט קיין סך נאר מתפלל צו זיין פאר אייער שנעלע ריקאווערי.


רעטאריק און שארפע פראזן אין די וועלט אריין.

די מדינה וואלט איינגעלייגט וועלטן אים צו באפרייען, אפשר נישט אויף דער מינוט אבער עס וואלט פאסירט פונקט ווי ביי שליט, קנאקן קעפ און שיילן ביינער איז נישט די היסטאריע פון קיין איין מדינת ישראל זעלנער אדער בירגער וואס איז געווארן פארכאפט ביי פאלאסטינער. זיי קענען זיך נישט עס ערלויבן און האלטן גענץ מעסיג בכבוד זייערע ארעסטאנטן.

נאר וואס ? געלעגער האט געשאסן א סטעיטמענט, ער וואלט שוין לאנג צוריקגעצויגן אבער ער קען נישט. ווייל גענוי ווי די רעדאקציע פון מעלות האבן די אחרראים אויף אייוועלט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין טעות. קיינמאל.

האט איר שוין אמאל געזען די מעלות שרייבן 'איר זענט גערעכט, אזאנס האט נישט געדארפט געשריבן ווערן' ? האט איר שוין אמאל געזען די אחראים פון אייוועלט שרייבן 'איר האט א פוינט, מיר האבן א טעות געהאט' ?

שעים שעים.

לטובה » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:14 pm

· #1665
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
געלעגער האט געשריבן:זיכער נישט


פארוואס נישט ? איז דא נישט גילטיג דער "יעצט אז ער לעבט נישט גייט מען אים נישט קענען פייניגן, מ'גייט נישט דארפן ארויסלאזן טעראריסטן אויב וואלט עס געהאלפן. איז זייער פארשטענדליך די הודו לשם." ?

נאר,,פרייליך » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:22 pm

· #1707
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
לטובה אייזן !!

האסט אים אראפגעמאלען מיט אלע קאלירן, ווען אן אחראי וואס טראגט אן אחריות אויף זיין ווארט און זיין ארבעט, זאל ווען האבען די ביסל נארמאלקייט חוזר צו זיין פון זיינע נארישע רייד וואלט ער זיך אלעס איינגעשפארט, דער געלעגער איז געגאנגען און אנשטאט אפמעקן די פאני סטעיטמענט נעמט ער יענעם אטאקירן סתם אין די וועלט אריין

לטובה :
גוט אפגענטפערט.

זייגער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:42 pm

· #1710
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
איז ער נאך פארכאפט?

געלעגער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:51 pm

· #1731
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
ווען איינער זאל כאטש נעמען די מי און מסביר זיין וואס ער האט שלעכט געזאגט וואלט גוט געווען. נארוואס, אנשטאט ענטפערן נעמט מען זיך שעלטן "אייוועלט" חחחח... טיפיקעל טיפיקעל.. ווי האט יענטאאש געזאגט? קענסט טוישן מאסק אבער דיין מויל גרוך בלייבט די זעלבע

חנינא פלאנצמאן » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:41 pm

· #1732
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
וואס ווילט עטץ פין געלעגער, טאמער מיינט איינער אז מען קען בויען א פלאץ דורך טרעטען אויף אנדערע, ס'קען זיין אז מ'קען, אבער די ברכה קומטט אריין דארט ווי מען בויעט זיך פאזיטיוו, יענעם'ס קנאות לאז איבער פאר יענעם

בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:22 pm

· #1734
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
חנינא פלאנצמאן האט געשריבן:וואס ווילט עטץ פין געלעגער, טאמער מיינט איינער אז מען קען בויען א פלאץ דורך טרעטען אויף אנדערע, ס'קען זיין אז מ'קען, אבער די ברכה קומטט אריין דארט ווי מען בויעט זיך פאזיטיוו, יענעם'ס קנאות לאז איבער פאר יענעם

עס איז שוין העכסט צייט אפצולאזען דאס אטאקירען אינזערע אייוועלט ברודער, ווער עס איז צופרידן דארט זאל גיין דארט און ווער עס געפינט דא זיין געשמאק זאל בלייבען דא.

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:37 pm

· #1736
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
גילוי דעת!

מקומי הוא לא בקאווע שטיבל ולא באייוועלט, אך ורק בקרעטשמע!

נייעס » מאנטאג יוני 20, 2016 8:56 pm

· #6951
Re: געלעגער ווערט פארכאפט.......
געלעגער האט דא לעצטענס קונה שביתה געווען בשינוי שם? אדער ער איז ערגעץ ווי פארכאפט געווארן.