קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שלום עליכם » ברוכים הבאים צו "דער קרעטשמע" » וואס איז פשט אין אייער ניק?!

וואס איז פשט אין אייער ניק?!

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #147

שענקער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:05 pm

· #1427
וואס איז פשט אין אייער ניק?!
צומאל זעהט מען געוויסע חברים האנדלען זיך איין מאדנע צי אינטערעסאנטע — אמאל אפילו טשיקאווע — ניק נעמען, וויל איך עפענען אן אשכול וואו מען זאל קענען פרעגן און ענטפערן פשט אין א געוויסע ניק.

כ'וועל אנהויבן מיט אונזער אלעמען באליבטן אחראי "בארדיטשעווער בדחן", וואס ליגט אונטער דעם? איר זענט במקרה א בדחן פון בארדיטשעווער אפשטאם?

בארדיטשעווער בדחן » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:19 pm

· #1429
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
א דאנק אייך שענקער פארן מיר געבן די ערשטע דעם כבוד זיך אהערצושטעלן

מיין ניק איז געמאכט געווארען זייענדיג אינטערוועגנס ביי אונזערע זיידעס און באבעס רוה ערטער אין אייראפע פונקט האב איך דאן געהערט שיינע בדחנות פון א בארדיטשעעוער בדחן אין א ארטיגע קרעטשמע איז מיר דאס ארויפגעשווימען אויפען געדאנק אלס א פאסיגער נאמען

נו שענקער וואס טוט זיך מיט דיר?

שענקער » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:40 pm

· #1434
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
מיין ניק איז גאנץ פשוט צו פארשטיין. איך זוץ דא אין קרעטשמע און גיס אן גלעזלעך ביר און וואדקע פאר די פילע קונדן. וואס איך וואונדער מיך יא איז פשט אינעם ניק פון אונזער הער ר' לייבל נסתר. "לייבל" פארשטיי איך, אבער "נסתר"? איז ער בבחינת הבעל שם טוב איידער'ן נתגלה ווערן?

עסקן » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:43 pm

· #1435
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
שענקער ברוך שכוונתי !

מיין טייטש אין אונזער לייבל איז אויכעט געווען דאס זעלביגע עפעס א פארצייטישער נסתר פון די בוק'ס

שענקער » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:48 pm

· #1437
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
העי, און פאר דו אנטלויפסט, וואס פונקטליך האסטו אויף געטון פאר'ן ברייטען ציבור אז דו רופסט דיך "עסקן"?

ריסקעווע » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:49 pm

· #1438
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
מיר שטאמען פונדערהיים פון א שטעטל וואס האט געהאט א טייל פונעם נאמען ריסקעווע.

עסקן » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:55 pm

· #1441
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
שענקער האט געשריבן:העי, און פאר דו אנטלויפסט, וואס פונקטליך האסטו אויף געטון פאר'ן ברייטען ציבור אז דו רופסט דיך "עסקן"?

איך האב מורא פון גילוי, וועל איך בלויז מגלה זיין געציילטע פון מיינע ברייטפארצווייגטע עסקנות, די גארבעדזש קענס אין פילע אידישע געגנטער ליגט אונטער מיין קאנטע פון יארן לאנג עסקנות פארן ציבור, די ...... קעגן ...... איז מיין ארבעט

שענקער » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 11:59 pm

· #1443
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
עסקן טייערער, די סיידוואלק פארענט פון מיין הויז איז צעבראכן. אפשר ערלעדיגסטו עפעס?

עסקן » זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:03 am

· #1445
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אויב די האסט נישט קיין פראב. שטעל ארויס די אדרעסס ווי די וואוינסט, אז די ביסט חייש פארבינד דיר אין אישי

שענקער » זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:07 am

· #1446
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
טווענטי קרעטשמע בעטווין קאווע ענד אייוועלט, ברוקלין, ניו יארק 11211

ראש הקהל » זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:11 pm

· #1470
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
איך שטיי דאך בראשות פינעם גאנצן ציבור דא, סא אויף מיר זע איך נישט אז ס'דא וואס צו פרעגן

שענקער » זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:16 pm

· #1471
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אוודאי. אייך וואג איך מיך נישט צו פרעגן. איך וויל נאך מיין עליה שבת און מיין שמייכל פונעם פעשער ראש הקהל. מיט אייך פאנג איך מיך נישט אן.

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:22 pm

· #1474
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
ריסקעווע האט געשריבן:מיר שטאמען פונדערהיים פון א שטעטל וואס האט געהאט א טייל פונעם נאמען ריסקעווע.

וואס מיינט א ''טייל פינעם נאמען ריסקעווע'' און די אנדערע חלק וויאזוי האט געהייסן

זייגער » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:24 am

· #1540
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
מיין ניק איז פשוט צו ווייזן וואס די קרעטשמע איז.

איך האף נאר אז די אינגווארג וועלן נישט מיינען אז פארצייטישע קרעטשמעס זענען געווען אזוי 'אינטערסאנט'.

עסקן » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:14 am

· #1545
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
זייגער'ל טייערע איך זע די קרעטשמע געט דיר סערווירען דיין באגער, די ביסט שטארק מעריץ נעגיטיוועטי וואס ב''ה אז די קרעטשמע געט צו סערווירען אויך דאס

זייגער » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:22 am

· #1547
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
עסקן האט געשריבן:זייגער'ל טייערע איך זע די קרעטשמע געט דיר סערווירען דיין באגער, די ביסט שטארק מעריץ נעגיטיוועטי וואס ב''ה אז די קרעטשמע געט צו סערווירען אויך דאס


אויך דאס, אדער 'נאר' דאס?

עסקן » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:48 am

· #1549
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אויב איז דיר דאס לעבן זיסער מיטן צווייטן פשט נעם עס גערן

שענקער » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:14 pm

· #1551
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
זייגער טייערער, איינער פון די פאנדימענטאלע פארשריפטן פון אונזער קוים געבוירענער קרעטשמע איז דאס געבן חיזוק, ליבשאפט און א גוט ווארט פאר צעבראכענע אידן. מיר פארשטייען אז איר גייט אפשר דורך שווערע טעג, אבער איר דארפט געדענקן אז דאס איז א ירידה לצורך עליה. דער באשעפער וויל זעהן ווי אזוי איר נעמט דאס אויף! זיי דיך מחזק שעפלע. וויין נישט מיין קינד. קומען וועט א טאג ווען זאכן וועלן פאלן אין פלאץ און מיר וועלן טוישן אייער ניק צו "אומזייגער". ביז דאן, כאפ א טענצל און גלייב אז אלעס איז לטובה.

ידידך עוז, שענקער

זייגער » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:12 pm

· #1561
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
איך האב נארוואס געכאפט א טענצעל, און איך צוליב דעם פארלוירן מיין פרנסה.

What's next?

בארדיטשעווער בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:21 pm

· #1565
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אוי וויי, די קרעטשמע האט שוין איינעם געקאסט א ערנסטע פרייז, המקום ימלא חסרונך

נאך א נעגיטיווע סערוויס :D

שלומיאל » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:12 pm

· #1587
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
איך קען נישט שרייבן פשט אין מיין ניק, ווייל ס'איז בדרך רמז וסוד.

יאהאן » מאנטאג יולי 25, 2016 6:55 pm

· #7475
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
א קרעטשמע אן א יאהאן איז ווי א מעשה אן א בן מלך.

שלומיאל » דינסטאג יולי 26, 2016 10:37 am

· #7515
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אדער ווי א תגובה אן א לייק

יאהאן » דינסטאג יולי 26, 2016 1:31 pm

· #7531
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
נישט ריכטיג, א תגובה אן א לייק איז א נארמאלע זאך.
א תגובה באקומט נאר א לייק ווען עס האט תוכן אין זיך און אנדערע אידן זענען נהנה דערפין, למשל אמממ... ווען עס ברענגט א שמייכל אויף א צווייטנס פנים...

שלומיאל » דינסטאג יולי 26, 2016 4:30 pm

· #7555
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אזוי ווייניג אירע שרייבן דא תוכן'דיג אז דו האסט דערווייל געשאנקען דא בלויז געציילטע לייקס?

קנאי » מיטוואך יולי 26, 2017 4:03 pm

· #9656
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
איך מיין אז אויף מיר איז נישט דא קיין קשיות העע

סקריקין » דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:14 am

· #9667
Re: וואס איז פשט אין אייער ניק?!
אויב אויף דיר איז נישט דא קיין קשיות ווייס איך שוין נישט וואס צו שרייבן די האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל ווייל מיין ניק איז זייער פאפאלער לעצטענס אין די גאס ביי די היימישע אידן ;)