קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » על בשורות טובות הוא אומר...

על בשורות טובות הוא אומר...

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #162

עסקן » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:08 am

· #1543
על בשורות טובות הוא אומר...
ברוך מתיר אסורים

א פריידיגע בשורה קומט אהן אז די איד רבי אהרן יאקאבאוויטש איז באפרייט פון טורמע

פון אימעיל

ר' ארי יאקאבאוויטש נ"י איז שוין ארויס באפרייט פון תפיסה- ברוך מתיר אסורים,
 זאל דער אויברשטער העלפן אלע אסורי ישראל זאלן שוין זיין באפרייט - און גאנץ כלל ישראל זאל שוין באפרייט ווערן מיט די גאולה שלימה בקרוב בביאת המשיח בב"א 

לטובה » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:03 pm

· #1550
Re: על בשורות טובות הוא אומר.....
א געוואלדיגע שמחה ב"ה.

איז ער ארויסגעקועמן פריער ווי געפלאנט ?

ישיע געציל » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:17 pm

· #1558
Re: על בשורות טובות הוא אומר.....
לטובה כתב:א געוואלדיגע שמחה ב"ה.

איז ער ארויסגעקועמן פריער ווי געפלאנט ?

שלומיאל » מיטוואך ספטמבר 03, 2014 3:01 pm

· #2019
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
נו קיינער ווייסט נישט?

ראש הקהל » דינסטאג ספטמבר 23, 2014 6:59 pm

· #2410
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
רבי ישראל מאיר גבאי האט היינט געהאט נסים אין אוקריינע ער האט איבערגעלעבט בחסדי ד' א שווערע עקסידענט

הודו לה'

ראש הקהל » דינסטאג ספטמבר 23, 2014 7:01 pm

· #2411
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
א אינגערמאן איז געשטאכען געווארען נעכטן אין ברוקלין דורך א ארבייטער
ב"ה אז ער איז אין גאנץ א פארהעלטנמעסיגער צושטאנד ער האט זיך היינט צופרי אויפגעכאפט און געהעריג רעאגירט

ניסים ממש ! !

לאמיר כאפען א רקידה א גאנצע משפחה געראטעוועט געווארן

וויין סוחר » מיטוואך אוקטובר 22, 2014 9:55 am

· #2658
נייער בעלזער שטעטל אין עיה"ת לעקוואויד

ראש הקהל » מיטוואך דצמבר 03, 2014 11:52 am

· #2993
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
דער לעצטער אסיר יאפאן הר' יעקב יוסף גרינוואלד האט היינט געבוירען זיין בנו בכורו, מזל טוב !

שלומיאל » מיטוואך דצמבר 03, 2014 3:05 pm

· #3005
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
מזל טוב

א געוואלדיגע שמחה

---

איינע פון די דריי בחור'ט נאך דאכט זיך, שטימט?

השר מקוצי » זונטאג ינואר 04, 2015 7:44 pm

· #3409
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
די אפיעל אויף די וועבערמאן קעיס איז אנגענומען געווארן
הודו לה'

דער (פינטעל) איד » זונטאג ינואר 04, 2015 7:46 pm

· #3410
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
וואס איז די טשענסן ? וואס זענען די טענות פון דעם אפיעל ?

השר מקוצי » זונטאג ינואר 04, 2015 7:51 pm

· #3414
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
די וואס זענען דערין זאגן עס איז דא גוטע שאנסן
מען קען יעצט אויפברענגען פרישע באווייזען וואס קען אסאך העלפן

דער (פינטעל) איד » זונטאג ינואר 04, 2015 7:51 pm

· #3415
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
לאמיר האפן!!!

דער (פינטעל) איד » זונטאג ינואר 04, 2015 7:52 pm

· #3416
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
כ'בען אבער נייגעריג וואס למשל איז דא באווייזן. וואס מ'האט נישט אויפגעברענגט פריער?

השר מקוצי » זונטאג ינואר 04, 2015 7:55 pm

· #3417
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
איך בין נישט באקאנט

ראש הקהל » מאנטאג ינואר 05, 2015 1:47 pm

· #3426
Re: על בשורות טובות הוא אומר...
יונתן שווארץ מעלדט אויף קו''מ אז ער גייט צוריק באקומען די געלט וואס שווינדלער האבן פון אים ארויסגעריקט אין האנג קאנג