קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה

ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #167
בלאט: 1 2

לייבל נסתר » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:28 pm

· #1581
ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה
בילד

השר מקוצי » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:35 pm

· #1582
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די פסק איז אומגלויבליך ! !

בית דין וועט זיך דארפן שטארק מסביר זיין און ארויסברענגען זייער דעה אין די פארוויקעלטע קעיס אויב בית דין וויל אז מענטשען זאלן זיי גלייבען און האלטן אז עס איז געפסקנט בצדק וביושר, מענטשען פארשטייען נישט די פסק אזוי איינזייטיג

השר מקוצי » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:04 pm

· #1583
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
ברעיקינג !!!

צד הרמ''ד האט ארויסגעגעבן א בירור ורשימות פון זייער דיין וואס ווילאנג די בי''ד גיט נישט ארויס א קלארער בירור דאס אפצוווארפען איז די פסק דין נישט מחייב זייער צד.

עסקן » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:30 pm

· #1613
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
צד רבי מרדכי דוד גייט זיך צוזאמנעמען קומענדיגער דינסטיג אין בית מדרש באבוב פאר א גענעראל פארזאלמונג
שמועות גייען ארום אז די רבי ר' מרדכי דוד האט געזאגט שבת ביים טלית לייגן אז ער נעמט אן די פסק בי''ד

ראש הקהל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:53 pm

· #1616
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
דינענדיג די אמט פון ראש הקהל האב איך מיר שבת אביסעל אינטערסירט ביי די רבנים זייער מיינונג אויפען פסק,
פון גדולי רבני סקווירא און רבני התאחה''ר האט מען געהערט א שטארקע אנטריסונג איבער די זילותא דבי דינא וואס שטארט ארויס פינעם פסק.

שלומיאל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:12 pm

· #1621
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אויפן אויבנדערמאנטן צעטיל ארויסגעקומען נאכן פסק, האט מען דערווייל נאך נישט אנגענומען די פסק פון בי"ד, ס'שטייט נאך קהל שערי ציון און באבוב אליין אן 45.

צאנז=באבוב » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:40 am

· #1643
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די באבוב 48 קהילה גרייט יעצט צו די גרויסארטיגע מסע המלכות קיין ארץ ישראל בשנת תשע''ה, איינע פון די הכנות איז די שטורעמישער פסק ב''ד וואס האט אויפגעטרייסעלט דעם אידישער וועלט, אצינד פארט זיין נעפיו פון צאנז=באבוב הרב רבי יושע רובין האבד''ק, לקדם פני הנסיעה מיטן איינגעבן אינעם ארטיגען ארץ ישראל'דיגע געריכט די עדותשאפט איבער די חלק הירושה פון די קרית בת ים וואס קומט פאר משפחת האדמו''ר זצ''ל המהרנ''ץ דער פריערדיגע צאנז=באבובע רבי

צאנז=באבוב » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:22 pm

· #1676
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אומבאשטעטיגטע באריכטען געבן איבער אז די מארגענדיגע אסיפה 8 אזייגער אווענט איז אפגעשטיפט

צאנז=באבוב » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:51 pm

· #1682
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אין ארץ ישראל איז באשטעטיגט געווארן אז רוב נכסים געהערט פאר די יורשים פינעם עלטערן זון הגה''ק מהר''נ מ'באבוב זצ''ל
און די קלענערע חלק פאר די יורש די בן הצעיר האדמו''ר מבאבוב שליטא, וויאזוי שטימט דאס אז אין אר''י נעמט רמ''ד שליט''א די גרעסערע טייל און אין אמעריקא די קלענערע טייל

השר מקוצי » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:34 am

· #1699
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,



די הכתרה פון הרב''צ מבאבוב 9 יאר צוריק

צאנז=באבוב » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:27 pm

· #1712
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
א גיטען מועד !

קול באבוב מעלדט איבער א סעודת ר''ח וואס די רבי גייט פראווענען היינט נאכט און משמיע זיין דברי הדרכה והתעוררות
די מערכת גייט צושטעלן א הוק-אפ

צאנז=באבוב » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:29 pm

· #1735
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
m http://www.jdn.co.il/news/385776 m
ביי דעם לינק קען מען הערן די שטארקע רייד נעכטן פון האדמו''ר מ'באבוב שליט''א איבער די יעצטיגע מצב, תלמידי וחסידי באבוב זענען ארויס העכסט צופרידן פינעם מסיבת ר''ח, הערליכע ליילעכער האבען געהאנגען אנשפרעכנדיג נייע ריזיגע בנינים וואס גייען בעז''ה געבויעט ווערן להמשכת באבוב

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:37 pm

· #1737
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
המשכת מלכות באבוב אדער המשכת מלכות צאנז-באבוב?

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:38 pm

· #1738
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
און אז מ'רעדט שוין, באבוב איז א מלכות אדער א חסידות?

השר מקוצי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:45 pm

· #1739
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
קוקט אויס אז 'מלכות' איז די צונאמען צו באבוב.

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:56 pm

· #1740
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
השר מקוצי האט געשריבן:קוקט אויס אז 'מלכות' איז די צונאמען צו באבוב.

הא הא :D

האסט מיר געמאכט אויספלאצן :lol:

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:56 pm

· #1741
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
גאנץ א שיינע נאמען
כ"ק אדמו"ר ממלכות באבוב שליט"א

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:58 pm

· #1742
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
דער רבי זאל זיין געזונט טראגט דאך די הייליגע נאמען 'מרדכי דוד' וואס ביי ביידע נעמען שטייט מלכות.

מלכות דוד איז דאך פשוט, און ביי מרדכי (הצדיק) איז געווען ניתן כתר מלכות בראשו.

שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:59 pm

· #1743
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די ניק "צאנז=באבוב" ווערט געבעטן צו טוישן אויף "מלכות=באבוב".

בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:21 pm

· #1747
די דרשה נעכטן נאכט איבער די באבובע שערורי'

טהור עיניים » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:11 am

· #1748
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
זייער א שיינע דרשה, יעצט אויסגעהערט און זייער הנאה געהאט.

שלומיאל » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:38 am

· #1753
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די שפיץ איז: "אני שלום" און "המה למלחמה".

לטובה » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:57 am

· #1766
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א הרמ"ד איז נעכטן אפגעפלויגן קיין לאנדאן זיך משתתף זיין ביי א חתונה לבית פרישוואסער, נכדי הגה"ק בעל קדושת ציון זצו"קל.

ס'איז די האפענונג פון באבובע חסידים אז די פרישוואסערס זאלן זיך ווארעם אנרופן לכבוד המאורע און ביישטייערן גרעסערע סכומים וואס פעלט זיך אויס עמערדשענסי פארן קיום פון די קהלה.

איך וואלט געזאגט אז אויב הרמ"ד מעלדט איבער פופציג מיליאן דאלער וואס ער האט באוויזן צאמצוקראצן פון נדיבים בעם וועט עס געבן א געוואלדיגע שטופ פאר אנשי שלומיו נאך דעם דורכפאל פון בי"ד. די שאלה איז צו ער קען בכלל אזאנס באווייזן.

שלומיאל » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:00 pm

· #1769
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
ס'הענגט פלאקאטן אין לאנדאן צדיק בא לעיר?

אויב יא שטעל עס ארויף דא ביטע.

צאנז=באבוב » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:04 pm

· #1773
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
@לטובה יא יא דאס איז די האפענונג פון אנ''ש אז די נגידים וועלן פארשטיין די נחיצות, זאך קענער שאצען אז עס וועט גיין מיט א שמוץ אריבער פון א ''פופציג מיליאן''
קומט אויס אז קיין גרויסע רווחים פון די 6.2 צוטיילט אין פינעף יאר וועט שוין נישט זיין, נאך וואס די יעצטיגער מצב ברענגט היבש אסאך מער, אבער ווי שוין געזאגט האט די רבי ערווענט אז ער לאזט איבער די החלטה אין די הענט פון די גדולי ישראל

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג אוגוסט 31, 2014 10:57 am

· #1832
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
א פאשקעוויל רעאקציע צום דרשה פון הרמ''ד מ'באבוב איז ערשינען פארגאנגענע וואך דורך זיינע קעגנערס

שלומיאל » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:03 am

· #1834
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
למעשה האט פרישוואסער ארויסגעשאקעלט דאבל-דיזשעט מעלאנעס פון זיין טאש?

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:12 am

· #1836
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אזוי שמועסט מען

טהור עיניים » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:39 pm

· #1854
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
"מען" וואס שמועסט אזוי האט ליב צו שמועסן אסאך שטותים והבלים. קיינער האט נישט געזעהן דעם טשעק און נישט דעם טראנזאקציע סטעיטמענט.

חנינא פלאנצמאן » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:58 pm

· #1862
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:א פאשקעוויל רעאקציע צום דרשה פון הרמ''ד מ'באבוב איז ערשינען פארגאנגענע וואך דורך זיינע קעגנערס


קען איינער ארויף לייגען דעם פאשקעוויל ?

לטובה » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:28 pm

· #1866
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
כהאף עס מארגן ארויפצושטעלן.

בארדיטשעווער בדחן » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:00 pm

· #1883
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:כהאף עס מארגן ארויפצושטעלן.

??

שלומיאל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:55 pm

· #1891
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
ער האט נישט צוגעזאגט, ער האט בלויז געהאפט.

ראש הקהל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:28 pm

· #1892
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
רמ''ד'ס צד האט ארויסגעגעבן א בירור הלכה פארוואס זיי האבן די זכות ירושה און אלע זייערע רעכטן אין א לענגערע בירור הלכה פון קרוב צו זיבעציג זייטן





........
דריי צעטליך אפצוווארפען די טענות פון 48 איבער אני שלום

ראש הקהל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:31 pm

· #1893
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
קוקט אויס אז צאנז=באבוב קען זיך שוין צוריק טוישען צו באבוב, עס זעט נישט אויס ווי מען פלאנט צו פאלגן דעם פס''ד

טהור עיניים » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:17 am

· #1894
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
האט דען איינער גע'חלומ'ט אז יא? משוגע דארפן זיי זיין.

לטובה » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:06 am

· #1902
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אנטשולדיגט פארן אויפהאלטן, דא איז די פייל פון באבוב רב"ץ.

צו באמערקן, אז דאס איז געשריבן פול מיט אפענע סילופים און שקרים, א גרויל צו זעהן ווי ווייט די שנאה פארפירט, אויך נאכדעם וואס זיי האבן אנגעבליך אלעס געווינען שטעכט זיי נאך רמ"ד פאר די אויגן.

לטובה » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:06 am

· #1904
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
אפס... נישט מיטגעקומען.

דער קאמפיוטער זאגט אז קרעטשמע לאזט נישט ארויף קיין פי.די עף. פיילס , איינער ווייסט וואס איך קען טון ?

ראש הקהל » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:08 am

· #1905
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לייג עס אויף דראפבאקס, דערנאך שיק א לינק אהער

זייגער » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:08 am

· #1906
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
זעט זיך אויס די ביסט צו בייעסד

ראש הקהל » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:12 am

· #1911
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן אויפהאלטן, דא איז די פייל פון באבוב רב"ץ.

צו באמערקן, אז דאס איז געשריבן פול מיט אפענע סילופים און שקרים, א גרויל צו זעהן ווי ווייט די שנאה פארפירט, אויך נאכדעם וואס זיי האבן אנגעבליך אלעס געווינען שטעכט זיי נאך רמ"ד פאר די אויגן.

איך האב געזען ביידע קונטרסים נעכטן אין באבוב, די הויפט חילוק איז אז די צד הרמ''ד קונטרס באציט זיך סך נארמאלער צום צד שכנגד (נאכן אלעס פארלירען) ומאידך גיסא איז די צד הרב''צ קונטרס קעגן הרמ''ד זייער נישט עטיש

זייגער » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:15 am

· #1913
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
פארוואס האבן די שרייבער פון ביידע זייטן מורא צו שרייבן זייערע נאמען?

לטובה » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:15 am

· #1914
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
די עכטע סיבה פארוואס רמ"ד האט פארלוירן איז ווייל ער האט געהאט זיער א שוואכע דעפענס. בעת רב"ץ האט געהאט אזעלכע לייבן ווי זלמן גרויס און ר' יודל גרובער האבן רמ"ד נישט ארויסגעשטעלט עפעס געהעריגע טוענים און בוררים, ווען זיי נעמען ווען למשל שמואל פריעד צו חיים אלעזר עסטרייכער וואלטן זיי היינט בעסער געשטאנען.

שלומיאל » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:25 pm

· #1928
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:ווען זיי נעמען ווען למשל שמואל פריעד צו חיים אלעזר עסטרייכער וואלטן זיי היינט בעסער געשטאנען.

וואלט די גלות קלענער געווען וואלט די שכינה נענטער געווען...

בארדיטשעווער בדחן » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:00 pm

· #1947
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה,
לטובה האט געשריבן:אפס... נישט מיטגעקומען.

דער קאמפיוטער זאגט אז קרעטשמע לאזט נישט ארויף קיין פי.די עף. פיילס , איינער ווייסט וואס איך קען טון ?

דא האב איך עס

לשון הקודש
m https://www.dropbox.com/s/9cpoepui9x4dm ... h.pdf?dl=0 m

אין אידיש
m https://www.dropbox.com/s/dxxx4y9sjul1q ... u.pdf?dl=0 m

לטובה » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:57 pm

· #1951
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה
יישר כחכם בדחן.

שלומיאל » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:21 pm

· #1964
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה
גם אני מצטרף

צאנז=באבוב » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:31 pm

· #2003
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער באבוב'ער דין תורה
א דבר פלא שפילט זיך אפ אין די טעג וואס מען קען דערפון זעהן מה שנוגע די אמיתית פינעם ירושת נכסי באבוב און בו בזמן וואס די צד פון באבוב (הרמ''ד) האט באקומען ביים די''ת בלויז 6.2 פון די מולטי-מיליאן דאלערדיגע שוויות אין באבוב.

איז אין די זעלבע צייט אין ארץ ישראל יעצט קלארגעשטעלט געווארן נאכן מגלה זיין די זיופים און פאלשע חתימות אין קרית בת-ים ווי צד הרבצ האט געוואלט באגנבענען די צד שכנגד פון זייער זכות ירושה, איז יעצט פעסטגעשטעלט געווארן אז רוב פראצענט (9 מיליאן דאלער) דאס הייסט 51 פראצענט שוויות פינעם מקום ברויך ביז צוויי וואכן אריבערגיין לצד באבוב (הרמ''ד)

אין אנדערע ווערטער וועט די גאר קליינע חלק פינעם גרויסען פיקטשער אין באבוב דעליווערן פאר באבוב רמ''ד מער געלט וויפיל זיי האבן באקומען אין אמעריקא ווי עס ליגט די חלק הארי פינעם שוויות לבית באבוב.

צאנז=באבוב » מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:49 pm

· #2119
Re: ארויס געקומען פסק דין איבער די באבוב'ער דין תורה
א בליק אינעם הויף פון די ממשיכי צאנז און באבוב


ראש הקהל » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:26 pm

· #2186
א פרישע שאלה איז נולד געווארן
איינע פון די נכדי מהר''ש מבאבוב מאכט חתונה א קינד דער בעל שמחה געהער צו צד הרמ''ד, וואס די גאנצע פראפאגאנדע וועגן ''שמחת באבוב'' גייט לצד מהרמ''ד וואס איז די דין בכה''ג?
בלאט: 1 2