קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שלום עליכם » ברוכים הבאים צו "דער קרעטשמע" » גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע

גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17

שענקער » מאנטאג יוני 30, 2014 6:31 pm

· #38
גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע
ב"ה אז מיר האבן זוכה געוועהן צו א נייעם בית וועד לחכמים הנקוב בשם "קרעטשמע".
איך בין א פארנומענער מענטש, אבער כ'האף צו שרייבן ווי אפט איך קען.
איין זאך נאר, איך זעה אז דער פארום איז פול מיט גראמאטישע טעותים -- וואלט געוועהן כדאי זיי צו פאררעכטן, אז דער קרעטשמע זאל האבן א מער פראפעסיאנאלער צורה. כ'האב עכט נישט קיין צייט יעצט, אבער איין דוגמא, מען שרייבט "צו" נישט "צי". חוץ ווען מען וויל זאגן "or" אדער "pull".

ראש הקהל » מאנטאג יוני 30, 2014 6:38 pm

· #39
Re: גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע
שענקער האסט רעכט, אפשר ווער אן אחראי דא און מאך די תקונים פאר'ן תפארת ה'קרעטשמע.

שענקער » מאנטאג יוני 30, 2014 8:55 pm

· #40
Re: גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע
ווענד זיך וואס ס'פארלאנגט זיך פון אן אחראי. אויב וועל איך פילן אז כ'קען, בין איך מסכים.

לייבל נסתר » דינסטאג יולי 01, 2014 12:23 am

· #41
Re: גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע
שכוח שענקער, עני טעות וואס די זעהסט שרייב ביטע דא, און כ'וועל פרובירען עס צי פיקסען, כ'האלט נאך בכלל אינמיטען איבערזעצען פין עיברית אויף אידיש, ס'וועט מסתם נאך דויערען ביז ס'ווערט פארטיג.

יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 9:20 pm

· #6820
Re: גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע
וואס פאר א ווארט איז "קאנטאקטיר"? (אויף די פראפייל בלאט) מער ריכטיג איז "פארבינד זיך".

שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 9:26 am

· #6822
Re: גראמאטישע טעותים אין קרעטשמע
גערעכט ביסטו!
א גול סוירטש האט געפינען בלויז 2 רעזולטאטן "קאנטאקטיר"
m https://www.google.com/#q=%D7%A7%D7%90% ... 7%99%D7%A8 m