קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » מבצע ניקים חדשים

מבצע ניקים חדשים

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #200

שלומיאל » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:25 pm

· #2038
מבצע ניקים חדשים
מיר פראקלאמירן דא א ניקים קאמפיין מיטן נאמען "מבצע ניקים חדשים", מיטן ציל אריינצוברענגען ווי מער פרישע ניקס דא אין קרעטשמע.

ווער ס'האט סיי וועלכע השפעה אויף סיי וועלכע ניק אין סיי וועלכע (אידישע) פארום וועלכע קענען צוגעבן צום פלאץ דא, זאל עס ביטע טון, און נישט זיין קיין מונע טוב מבעליו.

ויה"ר שבזכות ריבוי הניקים יתרומם קרן הקרעטשמע למעלה למעלה על במתי הנעלה, ונאמר אמן.

בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:29 pm

· #2041
Re: מבצע ניקים חדשים
לאמיר האפען אז די מבצע זאל ברענגן עפעס פישלעך דא

צום ערשט דארף מען דאנקען דא ברוב עם פארן פישל וואס @לטובה האט אהערגעבראכט =@לבלר=
לאמיר זען ווער די נעקסטע וועט זיין

זייגער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 7:27 pm

· #2043
Re: מבצע ניקים חדשים
ישר כח פארן צושטעלן א זייגער.

שענקער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 7:35 pm

· #2044
Re: מבצע ניקים חדשים
אלס טייל פון דעם קאמפיין, פראקלאמירן מיר אן איינמאליגע סעיל וואס מיר וועלן רופן "ביי וואן געט וואן פרי", דהיינו, אז איר ברענגט טאקע א נייער ניק וועט איר באלוינט ווערן מיט א לייק אויף א רענדאם הודעה ערגעץ ווי אין קרעטשמע.

ווי מער ניקס איר ברענגט, אלס מער לייקס איר קריגט!

*די סעיל גייט אן ביז קומענדיגע וואך מיטוואך.

זייגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:45 am

· #2053
Re: מבצע ניקים חדשים
סעיל סחורה איז געווענליך נישט צו גוט.

שלומיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:35 pm

· #2060
Re: מבצע ניקים חדשים
א נייע ניק "שידוכים עסקן" האט זיך איינגעשריבן.

צוביסלעך הייבט מען אן זעהן פירות פונעם מבצע.

שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:42 pm

· #2146
Re: מבצע ניקים חדשים
צוגעקומען נאך 2 נייע ניקים, "בולעטין" און "ששון ושמחה".

אינפארמירט » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 4:48 pm

· #2150
Re: מבצע ניקים חדשים
ביטע פלאצירט אייך באקוועם ביים לינקן טישל זיץ איך ביטע זיך רעכענען מיט מיינע געפילן אין לאזט עס פאר מיר ביטע נעמט פאזיציעס אין פארשארפט אייערע טאלאנטן מיטן אנהויבן שענקען אייער טעם אין געשמאק מיט וואס איהר זענט אייגנארטיג

שענקער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:29 pm

· #2218
Re: מבצע ניקים חדשים
עס קומען אן באריכטן אז די סעמי אפיקורסים פון ק"ש האבן אנגעהויבן א העץ קאמפיין קעגן אונזער קרעטשמע. דאס איז גינסטיגע נייעס ווייל דאס צייגט ווי שטארק זיי ציטערן פון אונזער סוקסעס.
אין די זעלבע געלעגנהייט ווענד איך מיך צו די וואס שרייבן אויף די אומאויסגעהאלטענע מקומות: איכא דרכא אחרינא! הבדלו מתוך העדה הרעה הזה! קומט קיין קרעטשמע וואו איר וועט נהנה זיין פון א גלעזל 'כשר'ע' ביר. וואס דארפט איר טרינקן נאר טריפה?

זייגער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:39 pm

· #2219
Re: מבצע ניקים חדשים
איך טרעט נישט אהין, איז ווייס איך נישט. אבער ווי אזוי שעמן זיך נישט די יעניגע?
זאלן זיי אהערקומען שרייבן.
מען וועט זיי אויפנעמען בסבר פנים יפות.

בולעטין » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:46 pm

· #2220
Re: מבצע ניקים חדשים
זייגער האט געשריבן:איך טרעט נישט אהין, איז ווייס איך נישט. אבער ווי אזוי שעמן זיך נישט די יעניגע?
זאלן זיי אהערקומען שרייבן.
מען וועט זיי אויפנעמען בסבר פנים יפות.

גוט טוסטע, סתם א בית משוגעים ווי יעדער פרובירט צו זיין קלוגער פון יענעם, עס גיסט זיך טיפשות פון זייערע א.ג. שפיציגע דברי חכמה.

די ווערטל גייט אז די הינט בילען איז א סימן אז די זאך פארט גוט.
מימות עולם איז נאכנישט געווען אזא קיבוץ פון מטורפים ומשוגעים בפונדק אחד ווי אין ק''ש, און אז עס הערט זיך אזא געשריי מסתמא איז עס די ערשטע מאל אין די היסטערי אזא הינט בילעריי

גרויזאמער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:23 pm

· #2222
Re: מבצע ניקים חדשים
יעצט געקוקט דארט. מיר קימט עס נישט פאר ווי א בילעריי נאר ענדערש ווי א געלעכטער געריכטעט צי אינזער זייט. זיי רעדן פין אינז ווייל מענטשן לייגן אהין לינקעס פון דא

בולעטין » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:30 pm

· #2223
Re: מבצע ניקים חדשים
ניקס רעדן זיך געפערליך אפ דארטן אז מען רודפט איינער וואס דריקט זיך אויס זיין ווייטאג אויף די אפיקורסישע שרייבער
זעט אויס אז עס איז יא א ווייטאג וואס טייל שרייבער זענען ברוגז אז מען מאכט שבת פאר זיך, און אז פילע אידן ווילען נישט זיין במחיצתם

שענקער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:02 pm

· #2229
Re: מבצע ניקים חדשים
איך רעד פריער מיט א חבר וואס האט א חבר וואס שרייבט (ליידער) אויף ק"ש, זאגט ער מיר אז די פארשוינען דארט זענען אויסער זיך פאר פחד, און ציטערן פאר קאמפעטישן. אויסער דעם וואס קרעטשמע איז נישט קיין בר פלוגתא פאר יענעם טרייפענעם מקום -- יענס איז מקום מוכן לפרעניות -- און דא איז א בית וועד לחכמים, מעגן זיך די יעניגע ארייננעמען אין קאפ אז ס'איז דא גענוג פלאץ פאר ביידע צו לעבן זייט ביי זייט אויף דעם ווארלד ווייד וועב, און זיי דארפן נישט אזוי ציטערן פון אונזער עקזיסטענץ, עכ"פ עס נישט ארויסווייזן.

איך פארשטיי זייער פחד. קרעטשמע, דער קוים געבוירענער זייטל, ווארפט אן ערענסטע סכנה פאר יענער מקום און די ניקס למיניהם ציטערן ווי פאר'ן טויט. הערט חברה, קרעטשמע איז א ריאליטעט צי איר ווילט צי נישט. איר זענט אלע געלאדענט צו קומען שרייבן דא, און מיר פארזיכערן אייך א רואיג מקום צו שמועסן און פארברענגן -- רואיג פון דעות כוזבות, און ריין פון אפיקורסות.

לטובה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:35 pm

· #2236
Re: מבצע ניקים חדשים
כשענקער ועוד לקרא.

דער עקזיסטענץ פון קרעטשמע איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע פון חרדישע געוועב וואס מען קען רואיג שמועסן אן לחץ פון באהערדע אבער אויך אן כפירה און מינות. וואס שאפט אויטאמאטיש א פראבלעם פאר ק"ש.

כה לחי.

געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:42 pm

· #2250
Re: מבצע ניקים חדשים
טאקע וויכטיג אנצוהאלטן דא. חזק ואמץ

אינפארמירט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:47 pm

· #2251
Re: מבצע ניקים חדשים
נישט געוואוסט אז געלעגער איז דא מיט אונז

שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:40 am

· #2287
Re: מבצע ניקים חדשים
נאך צוויי נייע ניקים האבן זיך איינגעשריבן "מבקר" און "Poker".

Poker » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 5:09 pm

· #2304
Re: מבצע ניקים חדשים
אויב איך האב מיר אליין געברענגט, דארף איך באקומען די לייק.. ;)

ראש הקהל » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:14 pm

· #2321
Re: מבצע ניקים חדשים
''יצחק טעלערברעכן''
שלום עליך

ביטע נישט מזיק זיין אנדערע מיט דיינע צובראכענע כלים

בולעטין » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:06 pm

· #2447
Re: מבצע ניקים חדשים
10 חברה האבען זיך איינגעשריבען זייט די קאמפיין איז אריין אין קראפט, ברוכים הבאים פאר די פרישע תושבים

חיים גרינשפאן » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:37 am

· #2752
Re: מבצע ניקים חדשים
גוט מארגן אידן, שלום עליכם

זעהט אויס אז מיר וועלן פיין פארברענגן

וויין סוחר » זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:59 am

· #2753
Re: מבצע ניקים חדשים
גוט מארגן ר' גרינשפאן ווילסט פארזוכען פון מיין וויין

חיים גרינשפאן » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:31 am

· #2826
Re: מבצע ניקים חדשים
וויין סוחר האט געשריבן:גוט מארגן ר' גרינשפאן ווילסט פארזוכען פון מיין וויין


נא אדרבה גיב אהער

זייגער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:39 am

· #2827
Re: מבצע ניקים חדשים
ב'ה ס'לעבט אויף

אנפין נהירין » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:31 am

· #2835
Re: מבצע ניקים חדשים
איינער לעבט דא???

לייבל נסתר » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:29 am

· #2837
Re: מבצע ניקים חדשים
סא שאלה, ס'טוצעך דא טישען מיט בענק,

אנפין נהירין » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 3:54 am

· #2840
Re: מבצע ניקים חדשים
??וואס טיט זיך? געזען וואס איך כאב געשריבען

אינפארמירט » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 6:47 pm

· #3009
Re: מבצע ניקים חדשים
ביטע אריינקומכן מיט מער תוכן

בולעטין » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:12 pm

· #3316
Re: מבצע ניקים חדשים
שלום עליכם

'סמארט גאי'

'חרוסת'

'קמי'

האסטו געהערט אזאנס? » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 8:31 pm

· #10053
Re: מבצע ניקים חדשים
אין לא ניקים, ולא חדשים, ולא קרעטשמע...

ניטאמאל א צענטער צו זאגן קדיש, גארנישט, זילטש! :D :lol:

יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:25 am

· #10055
Re: מבצע ניקים חדשים
מזומן איז דען יא דא?

האסטו געהערט אזאנס? » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:16 am

· #10057
Re: מבצע ניקים חדשים
זיכער נישט.

ווי האט יענער געזאגט? וואלט ווען איינער דא געווען, וואלט איך אים געהייסן פארלעשן די לעקטער.

אבער וויבאלד קיינער איז נישטא, וועל איך עס אליין מוזן טון...

א גוטע נאכט! שששששששששש...