קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » שענקער מאכט א סימחא

שענקער מאכט א סימחא

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #201

שענקער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 7:43 pm

· #2046
שענקער מאכט א סימחא
אז קיינער קימערט זיך נישט מיט מיין סימכא, וועל איך עס אליין פייערן.

ס'קומט אן די פרייליכע נייעס אז דער געטרייער אחראי "שענקער" האט אזוי אומבאמערקבאר אפגעשריבן איבער הונדערט תגובות.

דאס קומט נאך וויסטע באשולדינגען אז ער שרייבט גאר ווינציג.

א מאסן-צוזאמקום און פארטי וועט געפראוועט ווערן בשירה וזמרה אין עטרת חי' זאל אין ב"פ.

אויף סימחאס.

שלומיאל » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 8:09 pm

· #2047
Re: שענקער מאכט א סימחא
מזל טוב דאס איז טאקע א געוואלדיגע סימ(כ)[ח]א!

ווי קען דאס זיין אז איך האב נישט באמערקט ביז יעצט? :oops:

בארדיטשעווער בדחן » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 9:41 pm

· #2051
Re: שענקער מאכט א סימחא
נאר אויף סימחא'ס, זע די קימענדיגע סימכא זאל אנקומען לייכטער