שלום עליכם, ווער זענט איר?
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #22
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איז א מצוה צי היטען אויף די גרעניצען פין ארץ ישראל, און א מצוה צי וואוינען און ארץ ישראל, און א מצוה זיך צי שלאגען מיט די שונאי ישראל וואס פרובירען צי אונטערשאצען מדינת ישראל זיכערהייט,
מען ברויך צי טוהן וואס מען קען דא, און דער באשעפער היט זיין לאנד, ווי מ'זעהמער טאקע נסי ניסים יעדען טאג אין ארץ ישראל,
קיינער זאגט נישט אז מען האלט שוין ביי עולם התיקון, אבער ס'דא אזוי פיהל וואס צי ליב האבען, קומען געוויסע און זיכען אלץ אויס וואס צי פיינט האבען, צי שרייען אין חלילה שעלטען, מיט אהבה טוט מען אסאך מער אויף ווי מיט האס און פיינטשאפט,
גענוג מיט די שנאה, גענוג מיט די האס, ס'וועט סייווי נישט העלפען, די מדינה איז מין השמים, ס'נישט פין דער אדער יענער וואס האט עס כביכול געמאכט מיט כוחי ועוצם ידי, ארץ ישראל קען מען נישט נעמען מיט כוח, דער באשעפער האט געוואלט אז די אידען זאלען אנהייבען צירוק צי קומען צי די שויס פין זייער לאנד, ס'איז א חלק פין די תהליך הגאולה, וואס ציביסלעך שיינט עס מער און מער ביז מיר וועלען זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה,
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
גרויזאמער איז קרעמער פון אייוועלט.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
נר מערבי??
ליבערשט מזרחי
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
זייגער האט געשריבן:גרויזאמער איז קרעמער פון אייוועלט.
און ווער איז זייגער אויף אייוועלט?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלומיאל האט געשריבן:זייגער האט געשריבן:גרויזאמער איז קרעמער פון אייוועלט.
און ווער איז זייגער אויף אייוועלט?
קריכער
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
און בארדיטשעווער בדחן?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
פון בארדיטשוב
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
א בדחן וואס האט נישט קיין דזשאבס
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
פארוואס טשעפעסטו?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
אה, שלומיאל נעמט זיך אן פאר מיר.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם יא יא איך בין אנגעקומען צו דעי קרעטשמע דורך די אנגעזוערטע סייד וואס רופט זיך קאווע שטיבל (זעיט אויס זיי האבן נישט אריין געלייגט צוקער אין זייער קאווע און ס'איז געבליבען זויער) און היות איך וויל שמייכלען און רעדן פון נארמאלע זאכן האב איך מיך איינגעשריבען און איך האף אז איך וועל הנאה האבן דא וגם אתם בתוכם
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום וברכה צו אייך, ווי איך זע, ביסטו א פיינע שרייבער. נעם דיך שרייבן, און מען וועט שמועסן.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
אהם... אהם... איך הייס אהם... יא, איך הייס יאהאן טשאווערגאו איך בין געקומען אין קרעטשמע צו כאפן א שמועס מיט די פויערן פון קרעטשע און איינשלינגען א גלעזעלע זעקסעניינציגער.
איימעניט... איך רעדט צום אפגעשיילטן דופן!
איינער הערט מיר? העלאו!! איינער איז דא?
אוי איך ציטער! איך בין דא אליין!
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
ברוך הבא יאהאן
ווארט צו אביסעלע, די פויערן קומען, צוביסעלעך, יעדער באזונדער. באלד וועט יעדער דא זיין, עס וועט זיין א געפולדער.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
אה! עפעס הער איך דארט! אה יא סיז'א מענטש, אה, אבי מ'זעט שוין א מענטשליך געשטאלט.
וואס זאגט איר? זיי קומען? אקעי העמיר ווארטן נאך אביסל, דערווייל וועלמיר פארציקן נאך א כוסה אריין אינעם פארשליימטע האלז.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם יאהאן
מאכט אייך באקוועם
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איך בין באקוועם, נאר איין פראבלעם, ווי אזוי עפען איך די ריקליינער דא אין פאדער צימער פון קרטשמע?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם cheskyober פילט אייך היימיש, איר קענט נעמען וועלעכע משקה איר ווילט, אז איר דארפט א גאר גוטע קוק אונטער 'מיין מיינונג'ס' בענקל אלעמאל באהאלט ער דארט די בעסטע, וואטש אבער אז ער זאל נישט זען ווייל ס'קען זיין א סכנה...
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
חאצקל, אז מען פירט זיך אויף ווי א יאהאן איז מען אלעמאל אין א סכנה, אז נישט איז מען קיינמאל.
ברוך אתה בבואך
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
וויינען האסטו געדארפט פריער, יעצט איז שוין לאחר המעשה. הינט: לוי-ה.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
וואס איז דער הינט?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
אז אויב ער כאפט נישט וואס די אויסדרוק מיינט זאל ער זיך דערמאנען, די משל הידוע פון די שווערצערס וואס האבן געמאכט פאלשע לויות.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
זיי האבן געשווערצט הינט?...
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
פאלשע הינט (פאלשע לויות)
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם ר' jab bush מאכט אייך באקוועם דא, מיר האפן צו פארברענגען ביינעזאם געשמאק.
איין ביטע נאר, טו זיך אן א קאפל אויף די גרויע האר עס איז נישט אידיש אזוי.
אה! נאכאזאך, די פלאס גלעזער מאכט אייך אויסזען אביסל הממ.. פאני, טויש עס צו נארמאלע.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם yoelyreal טאקע אויף דיר ווארטן מיר נעם א האט קאפ מאך א קאווע און זיצט אייך אוועק, לאמיר פארברענגען.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איך זעץ זיך אויך אוועק ביים טישל מקרב צו זיין אונזער נייעסטער גאסט
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
העי שלומי ס'מיין פלאץ, איך האב געהאט די פארעדיגע בענקל, גיי אראפ!
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
גוט איך קריג זיך נישט מיט דיר
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
ניטאמאל ווייסטו ווי קליג דו טוסט!
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם, איך בין דער אמת'ר פאפא רבי
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שאמאלייכעם!
זאג, דא פלעגט זיך דרייען איינער 'שלומיאל' האסט אים אפשר געזעהן?
אמממ.. נאך עפעס, המממ... יא! האסט אפשר א זייגער?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
הייליגע רויעך, אה!
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
א נאמען דאס! נו פאנג אן שרייבן און "בארייכערן" אונזערע ידיעות.
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
Smoked yedios, mmm
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
מיינונג, האסט אמאל געהערט אזא באגריף פון א "מליצה"...?
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
יא.
האסט אמאל געהערט פון אזא באגריף אין המקרא יוצא מידי פשוטו?

Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
פארסאפעט און אויסגעמיטשעט, נאס און דורך געווייקט, נאך וואכן לאנג וואנדערן אויפן ענדלאזן שטרויכעלדיגע וועג און וואלד, ארום גענומען מיט אלע באשעפענישן וואס מען טרעפט נאר און געדעכטען וואלד. דערזעהט מען זיך ענדליך אין קרעטשמע. נאכן אראפ לאדענען די שווערע פעק פונעם פלייצע וועליך איך גלייך צולויפן צום אויוון אנווארעמען די פעקל צושאסענע ביינער. אבער איך וועל נישט זיצן דארט צו לאנג נאר זיך לאזן הערן הויך און קלאר! ניין יאהאן כ'דארף נישט קיין בענקעל...