נייעס פון און אלעס ארום היימישע געשעפטן,
זע איך ב''ה אז קרעטשמע ווער גרעסער אין ברייטער מיט נייע ארטיקלען ב''ה. וויל איך עפענען א נייע אשכול וועגן נייעס אין אלעס ארים1אינזערע היימישע געשעפטן,
אויב זעט מען א גיטע סעיל אדער אויב האט מען געהאט א גיטע עקספריענס וועט מען דא מודיע זיין יעדער זאל הנאה האבן, א נייע געשעפט, א געשעפט מאכט צו אין אלעס ארים איז דער מקום דא,
Re: נייעס פין אין אלעס ארים היימישע געשעפטען,
א געשעפט אויף לי עוועניו איז לעצטענס פארשריגען געווארן דורך א קבוצה
אין געוויסע מקומות ווערן אינטערנעט געשעפטן פארשריגען, טייל געשעפטן האבען געטוישט זייערע כלים
Re: נייעס פין אין אלעס ארים היימישע געשעפטען,
עס איז מיר איינגעפאלען א געדאנק איבער א נייע היימיש געשעפט ווי ווענד איך מיר פאר עצה ותושי'?
Re: נייעס פון און אלעס ארום היימישע געשעפטן,
קאפף בעקערי אין וויליאמס בורג איז פארקויפט געווארן פאר שטיינבערגס בעקעריי
Re: נייעס פון און אלעס ארום היימישע געשעפטן,
לי עוועניו פאטא גייט דעם ווינטער ארויס פון זייער געשעפט, די בעלות אויפען בנין גייט אריבער צו קהילת מהר"א אין וויליאמסבורג ווי עס גייט געפענט ווערן א בוטשער און אפיסעס פאר די מוסדות א שטייגער ווי 82 לי עוו.
דער פלאץ פינעם אלטען בוטשער גייט אריבער צו ראסס מיני מארקעט.