טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
עפל האט ארויסגעגעבן זייער סוד מיטן ארויסקום פון א האנט זייגער מיט עקסעס צום אינטערנעט
![AppleDevice4.jpeg]()
- AppleDevice4.jpeg (38.1 KiB) געזעהן געווארן 2543 מאל
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
פאר ווי סך גייט זיך עס פארקויפן?
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
נאך א מזל אז דער מייסד המוסדות ווי מיינע קינדער לערנען האט נישט געלאזט טראגן קיין האנט זייגער - חכם עדיף מנביא!
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
וואס וועסטו זאגן ווען עפל וועט ארויסקומען מיט א טאשן-זייגער?
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
אזוינס וועט נישט פאסירן, וויפיל גוים טראגן דען טאשן זייגער'ס?
ס'לוינט זיך זיי זיכער נישט צו אפגרעידן דעם טאשן זייגער מיט אינטערנעט.
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
כ'האב געמאכט א וויץ...

Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
שענקער האט געשריבן:פאר ווי סך גייט זיך עס פארקויפן?
350
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
די סעלפאון איז די טאשן זייגער
Re: טעכנעלאגישע ערפינדונגען (האנט זייגער-נעט)
איך בין א וואנט זייגער בד'וו
עפל נייעס
די וועלט בארימטע קאמפאני עפיל האט היינט ארויס געגעבען די ios8 פאר די אייפאונס
צו די עפיל פענס קען מען נישט רעדען ווייל זיי זענען נאך ביזי זוכען די חודשים דערפון
Re: עפיל נייעס
קוקט אויס אז די עולם דא איז עפיל פענס און יעדער איז ביזי מיט די נייע ios 8
די עולם איז נאכאלץ פארנומען מיט עס?
אגב, וואס איז פשט פון די איבריגע אות אינם קעפל?
Re: עפל נייעס
ווייסט איינע. וועלכע עפל איז גוט פאר פארקילאכטס?
מיין נאז רינט ווי א פארמאכטע סינק.
מיין טאטעס מאמע פלעגט אלץ מקפיד זיין אויף די רויטע, אבער מיין מאמעס מאמע האט דיקא געהייסן עסן די געלע, סאו איך קען דיר נישט צופיל העלפן
Re: עפל נייעס
נארוואס געארדערט מיין עפל זייגער
ווען ס'וועט אנקומען וועל איך מאכן א בורא פרי העץ אויפן עפל, און א משנה את העתים אויפן זייגער.