קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט

סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #251

ברוך קוימענקערער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:17 pm

· #2395
סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
לויט ווי עס גייען ארום שמועות און ווי די קרית יואלע קהילה פון סאטמאר באריכטעט אין די בלעטער גרייטען זיי זיך אויף א ערנסטער קאמף קעגן אינטערנעט

עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי ווייט די אינטערנעט מאכט היינט חרוב פילע משפחות מיט א קלייניקייט מיט א קוועטש אויפן קנעפל
[yue1]

ראש הקהל » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:34 pm

· #2404
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
זיי האבען עפעס מער פלענער ווי אלע אנדערע ביז יעצט?

בולעטין » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:12 am

· #2420
א ליפלעט וואס שרעקט אפ
file-20.jpeg
file-20.jpeg (199.85 KiB) געזעהן געווארן 1093 מאל

זייגער » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:38 am

· #3689
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
זיי האבן נאך נישט קיין אייגענע פילטער?

ראש הקהל » מאנטאג יאנואר 26, 2015 3:45 pm

· #3695
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
זיי האבן 'גדר'

מיין מיינונג » מיטוואך יוני 10, 2015 3:58 pm

· #5890
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
דעם קומענדיגן זונטאג פרשת קרח הבעל"ט גייט בעזהשי"ת פארקומען א מאסן עצרת "נצח ישראל" אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, אראפצושטעלן יסודות איתנים פאר די תקנות בנוגע השתמשות באינטערנעט והמסתעף.

שלומיאל » מיטוואך יוני 10, 2015 4:21 pm

· #5891
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
לסדר כי כל העדה כולם קדושים

value » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:53 am

· #5897
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
At the cityfeld asifa the whole thing was to inforse having a filter.
What exactly are they trying to inforse now?

שלומיאל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:43 am

· #5898
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
ער האט זיך דערמאנט 3 יאר שפעטער, אבי נישט צו גיין חלילה אינאיינעם מיט די ציונים מאכשעמאם.

מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:50 am

· #5899
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
שלומיאל האט געשריבן:ער האט זיך דערמאנט 3 יאר שפעטער, אבי נישט צו גיין חלילה אינאיינעם מיט די ציונים מאכשעמאם.

בעסער געזאגט צוויי יאר שפעטער אבי נישט צו גיין מיט זיין ברודערס פילטער ח"ו...

יא יא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:49 pm

· #5900
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
value האט געשריבן:At the cityfeld asifa the whole thing was to inforse having a filter.
What exactly are they trying to inforse now?


אין סיטי פיעלד האט מען זיך געדארפט צושטאפן די אויערן (ר' שלמה לייב וויי"ב) אדער ארויסלויפן אינמיטן אפאר מאל (ר' טודרוס זילבער) אויך איז געווען צוויי וויערסיעס איבער די פסק פונעם פוסק הדור (?) ממילא איז דער עולם ארויסגעקומען צומישט........ דארף מען יעצט אלעס קלאר מאכן..........

שלומיאל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:37 pm

· #5904
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
א בחינה פון הדר קבלוה

יא יא » מאנטאג יוני 15, 2015 12:50 pm

· #5924
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
אויסגעהערט טייל פון די אסיפה אויפ'ן טעלעפאון ס'איז געעוען ב"ה הערליכע דרשות בפרט די דרשה פונעם וויליאמסבורג סאטמאר רב שליט"א ארויסגעברענגט די ענינים קריסטאל קלאר דברים קילורין לעינים שיין צוגעשטעלט ענין לענין שיינע געדאנקן גערעדט זייער שטארק אן קיין מורא בדרכי אבותיו הקדושים (בד"א איז געווען א הנאה צו זעהן אז סאטמאר האט א עתידב"ה דער אויבערשטער זאל אוודאי העלפן אז סאטמאר רב יאריך ימים על ממלאכתו והוא יוליכנו לקראת משיח בב"א)

דארט זענען געמאכט געווארן פעסטע תקנות פאר אלע חברי הקהלה און הורי תלמידי מוסדותינו הרה"ג ר' שמחה שלו' שטיינבערגער (וואס בד"א אזא ירא שמים און הולך בדרך אמת אן זיך פאפן איז דא ווייניג צו געפינען) האט פארגעליינט די תקנות ווי צווישן אנדערע האט מען געשריבען אז די תקנות זענען מחייב יעדן אזוי ווי אלע תקנות פון מנהיגי הדור ווי אין אלע פריערדיגע דורות (ווי צום ביישפיל די באקאנטע מיהאלאוויצע תקנות)

מיין מיינונג » מאנטאג יוני 15, 2015 2:29 pm

· #5926
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
ביים אסיפה

שלומיאל » מאנטאג יוני 15, 2015 8:20 pm

· #5930
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
יא יא האט געשריבן:(בד"א איז געווען א הנאה צו זעהן אז סאטמאר האט א עתידב"ה דער אויבערשטער זאל אוודאי העלפן אז סאטמאר רב יאריך ימים על ממלאכתו והוא יוליכנו לקראת משיח בב"א)

1) הערשט יעצט האסטו עס איינגעזעהן?

2) ס'איז נישט שיין צו טראכטן פון א ממלא מקום בו בזמן ווען דער רבי זאל זיין געזונד איז נאך ביי די פולע כוחות ב"ה, און איז נאך עטליכע יאר אונטער די 70.

יא יא » מאנטאג יוני 15, 2015 9:03 pm

· #5935
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
איך האב נאר גענוצט א לשון וואס דער ספינקע רבי זצ"ל האט גענוצט אויפ'ן היינטיגן סאטמאר רב זאל זיין געזונט נאכדעם וואס סאטמאר רב איז געגאנגען צו א באזוך די לעצטע יאר וואס דער ספינקע רבי איז געווען אויף די עולם נישט אז איך בין ספינקע רבי נאר פאר סאטמארע אידן איז א שמחה אז מ'זעיט א המשכה

ווי אויך האט דער סאטמאר רב ז"ל הב"מ געזאגט די זעלבע זאך אויפ'ן וויליאמסבורגע סאטמאר רב שליט"א פאר הר' ר' הירצקא ראה"כ סאטמאר ווימ"ס ווען דער ראה"כ האט געפרעגט דעם רבי'ן ז"ל פארוואס האבן זיי(די שמועס האט זיך שוין באצויגן ליידער אויף אייגענע משפחה וידוע ליודעים) אים (מהר"א שליט"א) אזוי פיינט ? האט די רבי ז"ל געאנטווארט בלשון קדשו וואס פארשטייסטו נישט ? דער רב (אזוי פלעגט ער רופן בנו בכורו ביז ווען ער איז געזונט געווארן ) איז דאך א גברא דמארי' סייע ער האט דאך קינדער זיי זעין אן המשכה דאס באדערט זיי סאו נעכטן האבן סטאמארע אידן געזען זייער רבינ'ס ווערטער אין די גאר געלונגענע דרשה האב איך עס אונטערגעשטראכן

פערדן טרייבער » מאנטאג יוני 15, 2015 9:12 pm

· #5937
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
גראדע זעט מען אז די המשכה צו שטארקן און מחזק זיין די יראי ד' אין ארה''ק איז גראדע נישט נמשך ביי די גזע פון וואס די רעדסט

יא יא » מאנטאג יוני 15, 2015 9:14 pm

· #5939
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
מדרש פליאה

פערדן טרייבער » מאנטאג יוני 15, 2015 9:16 pm

· #5940
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
מיר איז עס אויך געווען א פלא, אבער דאס איז נעבעך די פאקט, די אלע וואס רודפן ערליכע אידן אין ארץ ישראל זענען נעבעך פרענד''ס פאר די שישקעס ביי אייך

יא יא » מאנטאג יוני 15, 2015 10:10 pm

· #5942
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
שוין א פאקט אויך

לטובה » דינסטאג יוני 16, 2015 1:48 pm

· #5943
Re: סאטמאר קרית יואל גרייט זיך צו באקעמפן דעם אינטערנעט
פערדן טרייבער האט געשריבן:גראדע זעט מען אז די המשכה צו שטארקן און מחזק זיין די יראי ד' אין ארה''ק איז גראדע נישט נמשך ביי די גזע פון וואס די רעדסט


חחחח!