קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי

פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #262

ברוך קוימענקערער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:12 am

· #2458
פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
עס איז מיר אויסגעקומען מיט אפאר טאג צוריק זיך ארומצוטענהן מיט א נאנטער ידיד מיינער וואס איז געווארען אביסל אויפגעקלערט און זיך ערקלערט אויבער חכם און פארשטייט בעסער פון אלעמען

צווישען זיינע רייד איז מיר אויסגעקומען אז מער ווייניגער איז ער געווארן גאר קלוג מיטן ליינען און דורכנישטערן אפאר איבערגעקלוגטע איינגערעדטע חכמים פון ק''ש, צווישען אנדערע האט ער מיר איבערגעוויזען אז די קלוגע דארטן האבען רעכט מיט די אויפקלערונג אז שפייען אין יענעמס קאווע איז נישט א איבעלדיגע זאך, אויב דער שפייער זעלבסט זעהט נישט אין זיין שפייעכץ קיין עקלהאפטיגקייט

איך האב פאר מיין חבר גענטפערט גאנץ קורץ אויף דעם גאונישער בייפאל, ענדערש זיין פארנומען וואכן לאנג מיטן שפיל אינטערן בילד (כדרכן של חברי אייוועלט) און זיך אינטערהאלטען מיט דעם, ווי איידער צוקומען צו א שטאפעל פון חכמה צו פארשטיין אז שפייען אינעם קאווע פון א צווייטען איז א נארמאלע זאך

שענקער » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 8:56 am

· #2484
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
מ'דארף אנהויבן רופן יענע סייט "קאווע שפייאכטס". איך ברעך מיר קאפ און קען נישט פארשטיין פארוואס אזוי פיל מענטשן טרעפן יענע סייט ציענד און אינטערעסאנט ווען ניטאמאל קיין ריינע קאווע איז דארט פארהאן. היינט מיט קרעטשמע אויפ'ן שיפלאד איז נישט דא קיין אויסרייד זיך צו דרייען דארט. ס'איז ערב יום הקדוש, לאזט אייך אפ פון דארט, פאר אייער אייגענער טובה, און קומט אהער דא וואו דער שכינה ריהט!

ירחמיאל גלאזשניידער » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:41 pm

· #2487
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
גאנץ א פיינע נאמען 'קאווע שפייאכטס'
עס איז איין שטיק טיפשות מיט שפייאכץ געמישט, אנגעקליידעט מיט א פעלץ פון איינגערעדטע פקחות

Poker » זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:41 pm

· #2510
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
איים סארי באוט רעדן א גאנצן טאג פון קאווע שטיבל מאכט אויס קוקן ווי ס'איז יא דא עפעס אינטרעסאנט דארט...

ירחמיאל גלאזשניידער » זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:45 pm

· #2511
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
בעסער איז נישט צו רעדן פון די נושא

זייגער » דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:32 am

· #3724
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
מ'טאר נישט רעדן פון זיי.

שלומיאל » מאנטאג מערץ 09, 2015 4:59 pm

· #4862
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
אז מ'טאר נישט טאר מען נישט

זייגער » מאנטאג מערץ 09, 2015 6:16 pm

· #4869
Re: פארעקלן מענטשען? אדער זיך אינטערהאלטען מיט א פלעי
לאמיר מאכן א קבלה.