קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''ט

קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''ט

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #284

גרויזאמער » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:48 am

· #2574
קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''ט
דער כוכב פון ק''ש האט געלייגט פרעשור און דעליווערט עטליכן צוואנציג גוטע ארטיקלען אויף דא ועל הא. א מאסיווער ארבעט וואס פארשטעקט אייוועלט אין מייזל גרוב. זיי האבן שוין געמאכט איין חלק אין א פי די עף. זיי האבן טאלאנט

m http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=7395 m

גרויזאמער » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:51 am

· #2575
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
דארט איז דא א לינק צום פי די עף

לטובה » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:27 pm

· #2576
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
שומר נפשו ירחק פון די גרויליגע ליטעראטור אנגעפולט מיט השכלה און גיפט און האס קעגן כל הקודש לנו.

בולעטין » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:27 pm

· #2577
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
צו וואס פאמפט מען דא פון ק"ש עס האט פילע השכלה און אפיקורסישע שרייבער, ווער ברויך עס, איינער וואס וויל זיי קוקען האט ווי צו גיין

און דער וואס וויל מרחק זיין אידן פון קומען אהער באזיכען זאל זען איבערצוקייען זייער שמוץ ווי מער

גרויזאמער » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:17 pm

· #2578
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
שרייב מיט רעספעקט צו אנדערע

לטובה » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:20 pm

· #2579
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
ק/פ


ברודער טייערע הערט מיך גוט צו, די הייליגער חזון איש
האט אמאל געזאגט אז: "נעבעך אן אפיקורס איז אויך א
אפיקורס".. מיר הערן אסאך פון אונזערע גדולים )צווישן
אנדערע רבי אביגדור זצ"ל( אז פאר די מלחמה זענען
געווען אסאך אפיקרוסים, אטעאיסטן, עס קען אויסזען צו
אונז היינט א דבר רחוק, פאר די מלחמה האבן אידן מחלל
שבת געוען. איז דא היינט אידן שומת"צ וואס זענען מחלל
שבת? זענען היינט דא אידן שומת"צ וואס זענען
אפיקורסים? נע זיכער נישט, אן אפיקורס אדער משומד
מיינט איינער וואס איז געגאנגען צום גלח, און ער האט
געגאסן אביסל שפרינג וואסער, און מען האט געמאכט א
צעמארניע פאר אים און אזוי איז ער געווארן אויס איד. איז
דען היינט דא אזא זאך? מענטשן באגרייפען עס נישט, מען
הערט עס איז דא אפיקורסים, משומדים, איז עס נאך
אקטועל? די ענטפער איז: "יא", די שפרינג וואסער היינט
איז ק"ש. מורי ורבותי! ליידער האב איך עטליכע מאל
באזוכט יענעם שטיבל, און כהיום איז עס געפילטערט ביי
מיר ווי די ארגסטע וועבסייט. אידן טייערע! דארט זיצן
כופרים גמורים, משומדים ארורים אין פילן הינזיכט פון
ווארט. ניין! זיי האבן נישט געטרינקען שפרינג וואסער.
אבער זיי זענען אנגעטרינקען פון די ארגסטע טומאה
וזוהמא וואס איז נאר דא. טייל פון זיי גייען אן בארד און
פיאות, און טייל פון זיי מיט "שטריימל און בעקיטשע". ולולי
דמסתפינא וואלט איך געזאגט, אז די גאנצע טמאה פון די
אינטערנעט איז א שפיי קעגן ק"ש. זיי זענען אנגעפראסן פון
די ארגסטע השכלה, און אלעס ווערט הערליך ערזעצט
מיט א פייערדיגע העצידיגע מאמע לשון. מען לאכט דארט
אפ פון כל הקודש לנו. און איך וואלט אריינגגעלייגט ק"ש
צווישן גילו עריות און שפיכת דמים. עס טוט זייער וויי אז די
עמעראצים און משכילישע שוויינען האבן נישט גענומען
פאר זיך די לעקציע וואס די אייבירשטער האט אונז געגעבן
פאר 70 יאר צוריק. ווען איינער שפאצירט אריין אין ק"ש איז
פונקט ווי ער גייט אריין אין א בערלינער קלויז ווי די ארגסע
אפיקורסים האבן זיך געפונען. זיי מיינען אז זיי גייען לעבן
אויף אייביג. און זיי ווייסן נישט אז נאך אביסל ווערט מען
גרוי, און עס ווארט א העלישער גיהנם אויף יעדעס ווארט
השכלה, יעדעס ווארט ניבול פה, אויף אלעם אית דין ואית
דיין. עס איז נישטא קיין שום תירוץ אייוועלט שמייוועלט,
דער יענער, גארנישט קען נישט אוועק רירן קיין אות פון די

תורה.

גרויזאמער » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:24 pm

· #2580
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
אוי טייערע לטובה אזא שאד אז דו דארפסט זיצן דא און רעדן דיינע...רעספעקט ביטע. ווען דו קענסט ווען זיצן אין אייוועלט מיט דיין פאלשע שטיק און זיך בויען א קאריעררע כאטש. ענק זענען פשוט נישט צום פארשטיין.
זאג, פאר קרעטשמע האט זיך געעפענט פלעגן ענק רעדן צו זיך אליין אויפן גאס??איך טריי פשוט צו דערגיין ענקער שגעון דא.

טהור עיניים » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:36 am

· #2583
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
וואס מיינט דאס אראמע. אפשר קען איינער געבן א הסבר אויף דעם ביטע?

ראש הקהל » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:32 pm

· #2590
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
גרויזאמער האט געשריבן:דער כוכב פון ק''ש האט געלייגט פרעשור און דעליווערט עטליכן צוואנציג גוטע ארטיקלען אויף דא ועל הא. א מאסיווער ארבעט וואס פארשטעקט אייוועלט אין מייזל גרוב
זיי האבן טאלאנט


איך בין א שוואכע סופארטער פון אייוועלט עס האט פילע חסרונות, אבער גראדע דער פוינט פון דארפען זיך אויפרייסען כסדר מיט נייע איידיעס, ווייזט אויף א שוואכקייט און פריוו צו בויען די סייט, דעס וואס ק''ש פרובירט מיט פארשידענע טריקס צו בויען א זייטל ווייזט אויף זייער שוואכקייט

גרויזאמער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:44 pm

· #2592
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
ראש הקהל האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:דער כוכב פון ק''ש האט געלייגט פרעשור און דעליווערט עטליכן צוואנציג גוטע ארטיקלען אויף דא ועל הא. א מאסיווער ארבעט וואס פארשטעקט אייוועלט אין מייזל גרוב
זיי האבן טאלאנט


איך בין א שוואכע סופארטער פון אייוועלט עס האט פילע חסרונות, אבער גראדע דער פוינט פון דארפען זיך אויפרייסען כסדר מיט נייע איידיעס, ווייזט אויף א שוואכקייט און פריוו צו בויען די סייט, דעס וואס ק''ש פרובירט מיט פארשידענע טריקס צו בויען א זייטל ווייזט אויף זייער שוואכקייט

ביי דיר איז כסדר ערב יו''ט? יא ערב יו''ט רייסט מען זיך אויף ווען מדארף האבן וואס צו ליינען. אייוועלט טוט עס אויך מיט זייער מי מנוחות פאר זומער אד'ג. ק''ש איז טאקע גאר שוואך איך בין מודה, געב עס נאך אביסל צייט און זיי וועלן זיין אזוי שטארק און מעכטיג ווי קרעטשמע. :lol:

ראש הקהל » זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:54 pm

· #2593
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
גרויזאמער, אראומע איז נישט די ערשטע אויפרייס, מען האט אסאך פרישקייטען געטרייט אין די לצטע האלבע יאר, עס איז קיין סוד אז א גרויסער עולם האט זיך דארט הויעך אפגערעדט אז די פלאץ איז טויט.

גרויזאמער » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 9:31 pm

· #2598
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
חלק ב' אראמע בלעטער, הערליכע ארבעט

טהור עיניים » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 12:35 pm

· #2600
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
טהור עיניים האט געשריבן:וואס מיינט דאס אראמע. אפשר קען איינער געבן א הסבר אויף דעם ביטע?


שוין געפרעגט איינמאל, זעהט אויס קיינער האט נישט באמערקט. ביטע פליז, איינער?

גרויזאמער » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:52 pm

· #2601
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
Google the word AROME

Yiddish » זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:34 pm

· #2605
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
grozamer pls stop
its ugly this kind stuff

לטובה » זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:35 pm

· #2607
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
Yiddish האט געשריבן:grozamer pls stop
its ugly this kind stuff

גרויזאמער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:41 am

· #2614
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
שוין דא א גרינגע מפתח מיט לינקס צו יעדן ארומע ארטיקל באזונדער.

בולעטין » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:59 am

· #2619
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
גרויזאמער וואס פעלט דיר אויס סתם דא צו אנציען דעם עולם? יעדער ווייסט שוין ווי צו גיין זען די גרף של רעי ארטיקלען, עס פעלט נישט אויס איבערצוחזרן אזויפיל מאל

לטובה » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:05 am

· #2621
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
אז עס פעלט סיפוק ווייל דאס לעבן איז פוסט, קיין אידישקייט קיין אמונה, פרובירט מען צו ליינען איינמאל און נאכמאל די קארני ארטיקלן, און מען לייגט יעדן טאג א פרישן לינק זיך מחזק צו זיין אינעם גרויסן הסתרה. שוטה דער.

בולעטין » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:15 am

· #2624
Re: קאווע שטיבל רייסט זיך אויף מיט די אראמע ארטיקלן לכ' יו''
גרויזאמער האט געשריבן:Google the word AROME

עס קומט ארויף אזא בילד
2014-10-19-07-04-39-2064934575.jpeg
2014-10-19-07-04-39-2064934575.jpeg (5.31 KiB) געזעהן געווארן 2456 מאל



וואס דארף עס באדייטן