קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח

די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #303

ברוך קוימענקערער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:29 am

· #2725
די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג ביי די חסידישע אגודה ווי מען האט מחליט געווען נאך א לענגערע זיצונג וועגן די נושא הגיוס, צו מען זאל יא שיקען די בחורים צום לשכת הגיוס צו נישט, איז געבליבען די החלטה אז די אגודה גייט שיקען א משלחת פרעגן :D ביי הרב שטיינמאן וואס זיין מיינונג איז אויף די טעמע

די חסידים פון רב שטיינמאן פייערן היינט זיג אז זייער רבי איז די גרעסטער
הכל מודים כי הרב שטיינמן מנהיג הדור

מהחלטת 'מועצת גדולי התורה' אנו לומדים כי בסופו של דבר מכירים בעובדה כי מרן הגאון רבי אהרן לייב שטיינמן הוא מנהיג הדור, וההוכחה, החלטת 'מועצת גדולי התורה' להיוועץ בהרב שטיינמן וכפי שיורה ככה יעשו, היה שוה כל ישיבת 'מועצת' למען החלטה זו, מפני שהיא חוזרת ומכירה במה שישנם מי שכל כך לא רוצים שזה יקרה, כי מי שמכריע בסופו של דבר בימינו לכולם, לחסידים ולמתנגדים, הוא הרב שטיינמן

שלומיאל » מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:34 pm

· #3464
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
נישט געוואוסט אז ער האט חסידים

בארדיטשעווער בדחן » מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:55 pm

· #3498
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
ווער דען האט היינט חסידים

טהור עיניים » דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:23 am

· #3512
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:ווער דען האט היינט חסידים


ארי' דרעי...

זייגער » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 3:32 pm

· #4919
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
נעכטן איז געווען א ריזן עולם ביי א צוזאמקום לטובת די בחירות אין ארץ ישראל, וואס ווי באקאנט האבן רוב רובו פון די גדולי ישראל מחייב געווען מיטן גיין שטימען, אלס חוב קדוש.

עס זענען זיך צוזאמגעקומען 100,000 אידן לויט די שאצונגען (1.2 מיליאן אין סאטמארער נומערן), און די סוקסעס איז געווען העכער אלע ערווארטונגען.

מיין מיינונג » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 8:43 pm

· #4942
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
זייגער האט געשריבן:עס זענען זיך צוזאמגעקומען 100,000 אידן לויט די שאצונגען (1.2 מיליאן אין סאטמארער נומערן)

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וויאזוי רעכנט סאטמאר נומערן, און וויאזוי רעכענען די ליטאים?

נאך א פרט איז אינטערעסאנט צוצולייגן, אין סאטמאר ווען מען שרייבט אסטראנאמישע ציפערן ענדיגט זיך דאס ביי די באריכט אין זייערע צייטונגען, ביי די ליטאים גייט עס אריין אין שאלות פון דאורייתא'ס, אבער פאר פראפאגאנדע וועט עס גארנישט אויסמאכן.
דהיינו? ווער עס געדענקט אביסל און זוכט נישט נאר די חוזק וואס מען קען מאכן פון די אידן וואס שטימען נישט מיט זיינע אנשויאונגען וועט אודאי געדענקען אז ביי די "עצרת המיליון" אין ארץ ישראל האט ר' ברוך מרדכי אזרחי געמאכט די ברכה "חכם הרזים" בשם ומלכות, ווייל די פאליציי האט דאך געשאצט פאר איבער ששים רבוא אידן...

זייגער » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:07 pm

· #4946
Re: די חסידי רב שטיינמאן שרייען דידן נצח
פרעג די סאטמארער