קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב

סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #307
בלאט: 1 2

השר מקוצי » מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:01 pm

· #2743
סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
ווי די קלאנגען לויטען אצינד גייט הרב ודומ''ץ דקרית בלומינגבורג הרה''ג רבי ברוך נתן האלבערשטאם שליט''א ווערן נתמנה אין די קומענדיגע טעג אלץ לאנדאנע סאטמארע רב יהא התמנותו לרומם קרן התורה והקהלה הק'.

השר מקוצי » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:22 am

· #2946
וואלען
...jpg
...jpg (45.18 KiB) געזעהן געווארן 1826 מאל

טהור עיניים » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:43 am

· #2948
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
עס איז מיר א שטיקל חידוש דאס התמנות פון ר' ברוך נתן, איך קען אים טאקע נישט גוט, אבער פון דאס ביסל וואס איך קען אים יא מאכט ער מיר א רושם פון א ערנסטער מענטש און אן ערנסטער תלמיד חכם, אבער ער קוקט מיר נישט אויס צו זיין זייער א פריינטליכער און צוגעלאזענער מענטש, וואס דאס איז דאך דאס וויכטיגסטע היינט ביי א רב. קען זיין ער איז יא און איך קען אים נישט, איך זאג נאר וואס איז מיין רושם פון אים.

וויזוי זאל נאר זיין וואונטש איך אים און די קהילה אסאך הצלחה.

בולעטין » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:17 am

· #2949
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
ווער עס קען דעם רב פון חו''מ און דיני תורות ווייסט אז ער איז א פאסיגער קאנדידאט פאר די פאזיציע, הרה''ג רבי ברוך נתן איז זייער צוגעלאזען צו מענטשן.

שלומיאל » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:30 am

· #2950
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
וואלן צווישן וועם און וועם?

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:44 am

· #2951
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
עס איז א פארמאלע אופן וויאזוי מען איז ממנה א רב מרצון הקהילה, איך מיין עס איז נישט דא א צד שכנגד.

צאנז=באבוב » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:16 pm

· #2959
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
אויב מען האט שוין פון בלומינגבורג גענומען א רב צו אזא הויכע פאזיציע, מיז זיין אז די שטעטל האלט שוין היבש אויף א וועג.
ביניך גערעכט? איך ביניש אזוי באקאנט אין די פארשריט

שלומיאל » מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 9:49 am

· #2961
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
כ'בין אויך נישט אזוי באקאנט

בולעטין » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:38 pm

· #2985
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
בחירות
וואוטס-1.jpg
וואוטס-1.jpg (44.48 KiB) געזעהן געווארן 1665 מאל


סאטמאר =152= גרייט זיך אויף א גרויסער מעמד התמנות פינעם נייעם רב

שלומיאל » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 2:10 pm

· #2987
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
ער האט געווינען די וואלן?

שלומיאל » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 7:23 pm

· #2990
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
די אויסגאנג פון די וואלן אויפצונעמען הרב רבי ברוך נתן הלברשטאם שליט"א אלץ רב ואב"ד דק' סאטמאר-לאנדאן איז ווי פאלגענד:
יא – 495
ניין – 12
ליידיג – 21.

בולעטין » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:22 pm

· #2991
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב

זייגער » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:46 am

· #2992
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
ווי אזוי ארעבעט די וואלען?

ראש הקהל » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:53 am

· #3000
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
אויב רוב ציבור געט די החלטה אז מען איז מסכים ווערט דער קאנדידאט ערוועלט.

שלומיאל » מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:05 pm

· #3004
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
די רוב ציבור האט שוין מסכים געווען, ווי געמאלדן אין א פריערדיגע תגובה.

Yiddish » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:48 am

· #3270
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
The london kehila planning a major shabbos with the new ruv & the rabbe mhry"y m'satmar

טהור עיניים » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:55 am

· #3272
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
אזא שמועה גייט ארום, אבער איך זעה אז פון די קהילה אליינס איז נאך נישט דא אזא מודעה.

בולעטין » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:28 pm

· #3278
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
זיי האלטן עס נאך בסוד, כ'ווייס נישט פון וועם זיי באהאלטען עס

בולעטין » דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:56 am

· #3535
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
אין שטוב פון מהרי''י מ'סאטמאר וועט פארקומען פרשת וארא א לחיים פאר די התמנות

שלומיאל » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:01 am

· #3538
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
וועלכע טאג אין וארא?

בולעטין » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:05 am

· #3539
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
צווישען ב'-ו' וארא

שלומיאל » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:31 am

· #3542
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
א' וארא זיכער נישט?

השר מקוצי » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:28 pm

· #4390
א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
לויט די פלאן וועט די קומענדיגער זמן הקיץ פארקומען א גרויסע ערשטמאליגע שבת אין סאטמאר 86 מיט הרב רבי ז''ל ט''ב

מיין מיינונג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:36 pm

· #4391
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
השר מקוצי האט געשריבן:לויט די פלאן וועט די קומענדיגער זמן הקיץ פארקומען א גרויסע ערשטמאליגע שבת אין סאטמאר 86 מיט הרב רבי ז''ל ט''ב

בן ר' מענדל?

אדער איר רעדט פון האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר?

השר מקוצי » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:37 pm

· #4392
די רבי פון 86 האט נישט מיט רבי מענדל

מיין מיינונג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:39 pm

· #4393
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
איך ווייס, אבער מען מעג שרייבן האדמו"ר מסאטמאר אפי' מען באלאנגט נישט צו יענע סעקטע

השר מקוצי » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:42 pm

· #4395
סאטאר האט אמאל פארמאגט א רבי
היינט איז עס וואזשנע אידן וואס שטייען בראש פון די מוסדות און קהילות

מיין מיינונג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:44 pm

· #4396
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
זייערע חסידים האלטן זיי פאר אדמו"ר? דאן שרייבט מען אזוי

חוץ מזה איז דיין הנחה גאר א שווערע און גרויסע סוגיא, און עס איז גאר נישט אזוי זיכער.

שלומיאל » דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:44 am

· #4406
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
השר מקוצי האט געשריבן:לויט די פלאן וועט די קומענדיגער זמן הקיץ פארקומען א גרויסע ערשטמאליגע שבת אין סאטמאר 86 מיט הרב רבי ז''ל ט''ב

אין סאטמאר איז שוין אויך דא נומערן ווי אין באבוב?

מהרז"ל איז סאטמאר 86. וואס איז מהר"א? וועלכע נומער?

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:54 am

· #4407
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
איז דאס לרגל עפעס א מעמד צו וואס?

מיין מיינונג » דינסטאג פעברואר 24, 2015 11:41 am

· #4410
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
@שלומיאל, אין לאנדאן רופט מען אלע בתי מדרשות אויף די הויז נאמבער, סאטמאר מהרז"ל'ס איז 86, סאטמאר מהר"א איז 26.

@זייגער, מן הסתם צו מיטפארן מיטן נייעם ארטיגן רב
דער קוציער שר האט עס נישט געשריבן ווייל ער וויל ח"ו נישט שרייבן אז ס'דא א "רב"... :D

לטובה » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:15 am

· #4546
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
איינער זאגט מיר אז זינט רבי ברוך נתן איז געקרוינט געווארן אלס סאטמאר לאנדאנער רב דאווענט ער מער נישט שחרית אין פאפא, בלויז אין ראדני.

זייגער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:44 pm

· #4561
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
לטובה האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז זינט רבי ברוך נתן איז געקרוינט געווארן אלס סאטמאר לאנדאנער רב דאווענט ער מער נישט שחרית אין פאפא, בלויז אין ראדני.


טאקע אינטרעסאנט.
אגב קרעטשמע האט געבראכן די נייעס די ערשטע.

כה לחי!!

מיין מיינונג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:52 pm

· #4567
Re:
השר מקוצי האט געשריבן:סאטאר האט אמאל פארמאגט א רבי
היינט איז עס וואזשנע אידן וואס שטייען בראש פון די מוסדות און קהילות

l viewtopic.php?p=897#p897 l

מיין מיינונג » מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:55 pm

· #4568
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
לטובה האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז זינט רבי ברוך נתן איז געקרוינט געווארן אלס סאטמאר לאנדאנער רב דאווענט ער מער נישט שחרית אין פאפא, בלויז אין ראדני.

איך זעה נישט וואס די נייעס דארף ארויסצוברענגען, אבער סיי וויאזוי קומט עס ענדערש דא l viewtopic.php?f=4&t=307 l

ראש הקהל » מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:08 pm

· #4574
Re: א שבת אין לונדון מיט הרב האדמור מהרז''ל ט''ב שליט''א
לטובה האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז זינט רבי ברוך נתן איז געקרוינט געווארן אלס סאטמאר לאנדאנער רב דאווענט ער מער נישט שחרית אין פאפא, בלויז אין ראדני.

פאסט אזוי

מיין מיינונג » מאנטאג מאי 18, 2015 10:01 pm

· #5820
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
לכבוד זמן מתן תורתינו וועט זייער נייע רב זיך אריבערציען און אנפאנגען עמטליך דאס רבנות.

פערדן טרייבער » מאנטאג מאי 18, 2015 10:09 pm

· #5822
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
ער ציעט זיך שוין אריבער?? אדער ער גייט בלויז פראווענען דארט די יו''ט שבועות?
איך הער רעדן אז ערשט ווען מוהרי''י גייט גיין נאך זימער אויף א שבת גייט ער זיך ציען עמטליך קיין לונדון

מיין מיינונג » מאנטאג מאי 18, 2015 11:14 pm

· #5826
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
איך האב פארשטאנען אז ער מופט שוין אהין.

נישט געהערט אז מהרז"ל גייט פירן א שבת אין לאנדאן, ווען?

Yiddish » מאנטאג מאי 18, 2015 11:31 pm

· #5827
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
אלול צייט
איך האב געהערט אז די נסיעה יעצט איז נאר א התחלה פון די רבנות ער פלאנט נאכנישט יעצט זיך צו באזעצן

מיין מיינונג » מאנטאג מאי 18, 2015 11:34 pm

· #5828
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
און איך האב פארשטאנען אנדערש...
ימים ידברו

Yiddish » מאנטאג מאי 18, 2015 11:39 pm

· #5829
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
פון ווי האט מען אזוי פארשטאנען?
עמיצער רעדט שוין פון עס?

מיין מיינונג » מאנטאג מאי 18, 2015 11:42 pm

· #5830
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
נעה, מאך נישט קיין מעשיות ;)
פון די ווערטער פון דער וואס האט מיר געזאגט אז ער פארט האב איך אזוי פארשטאנען, דעטס איט.

יא יא » דינסטאג מאי 19, 2015 1:08 pm

· #5832
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
קודם מזל טוב פאר די קהלה פאר זייער נייע רב זעהט אויס זייער פאסיג אנצופירן די קהלה

וואס האט זיין זיך אהינציען מיט רז"ל'ס שבת פירן דארט ?

value » מיטוואך מאי 20, 2015 10:03 am

· #5836
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
I have family in London, and they confirmed that he arrived yesterday for shvaos

מיין מיינונג » מיטוואך מאי 20, 2015 11:03 am

· #5837
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
ברוך הבא value.
אייגענטליך איז דאס (אז ער איז שוין דארט) א זיכערע זאך, די שאלה דא איז צו ער פארבלייבט שוין דארט אדער ער איז געפארן נאר אויף יו"ט.

Yiddish » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:00 pm

· #5846
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
א שיינע מעמד איז היינט געווען ווען די נייע עלטערער רב פון מהרי''י אין לונדון איז געגאנגען געבן א וויזיט פאר די יונגערער רב הרב וואזנער פון מהר''א לונדון

מיין מיינונג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:52 pm

· #5847
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
WOW! דאס איז א גאר באגריסענדע אקט! א מורא'דיגע שריט צו פריווענטן מחלוקת בעתיד, עס איז ווי ער זאגט "איך בין רב אין מיין קהילה דו אין דיינס, אונז האמיר קיין שייכות און קיין קריג, גראדע הייסן מיר ביידע סאטמאר".
איך האב שטארק הנאה פון דעם שריט (ווער בין איך הנאה צו האבן... איר ווייסט אבער וואס איך מיין).

די וועג וויאזוי דו לייגסט אראפ די חידוש פונעם באזוך איז אבער אביסל פאלש מיין איך, לדעתי איז די איינציגסטע חידוש פונעם באזוך דאס אז זיי דינען אין קהילות וואס זענען צוקריגט איינס מיטן צווייטן. אין זייער עלטער איז נישט דא אזא גרויסע חילוק אז די באזוך זאל זיין א חידוש דעריבער איז א דבר פשוט אז ער אלס פריש געקומענער אין שטאט דארף באזוכן ערשט (ווען נישט די קריג צווישן די קהילות).

מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:17 am

· #5868
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
השר מקוצי האט געשריבן:לויט די פלאן וועט די קומענדיגער זמן הקיץ פארקומען א גרויסע ערשטמאליגע שבת אין סאטמאר 86 מיט הרב רבי ז''ל ט''ב

@satmarHQ האט יעצט געשיקט אז אדמו"ר מהרז"ל גייט פארן אויף מקומות הקדושים ביים יארצייט פונעם ישמח משה זי"ע, איך בין משער אז מסתמא וועט דעמאלטס זיין דער שבת (אויב עס וועט זיין...).

יא יא » מאנטאג יוני 08, 2015 12:39 pm

· #5869
Re: סאטמאר לאנדאן קרוינט א נייע רב
נו עפעס אפדעיטס ?

ער האט זיך שוין יא באזעמט דארט אדער נישט ?

מ'ווארט אויף רז"ל'ס שבת אדער נישט ?

ווי זוי איז געווען דארט דער שבועות ?
בלאט: 1 2