קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » דער פארום פאפט

דער פארום פאפט

80 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #341
בלאט: 1 2

טהור עיניים » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:15 am

· #3072
דער פארום פאפט
נישט דא קיין סאך וואס צו זאגן. איך קום אריין דא יעדן טאג זעהן וואס טיצעך דא, און גארנישט. עס פאפט ווי אלע פעפערס. ס'קוקט מיר אויס אז די פלאץ דארף גרויס רחמי שמים.

עס איז באמת א שאד, איך האלט עס פעלט אויס אזא פלאץ, אבער וואס קען איך טאן. קרעכצן קען איך. וועל איך געבן א קרעכץ: אאאווווייי

שלומיאל » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:06 am

· #3074
Re: דער פארום פאפט
אט דאס הייסט א אידישע קרעכץ

בארדיטשעווער בדחן » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:11 am

· #3075
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:נישט דא קיין סאך וואס צו זאגן. איך קום אריין דא יעדן טאג זעהן וואס טיצעך דא, און גארנישט. עס פאפט ווי אלע פעפערס. ס'קוקט מיר אויס אז די פלאץ דארף גרויס רחמי שמים.

עס איז באמת א שאד, איך האלט עס פעלט אויס אזא פלאץ, אבער וואס קען איך טאן. קרעכצן קען איך. וועל איך געבן א קרעכץ: אאאווווייי


די האסט דאך אין אייוועלט מסתמא אסאך באקאנטע נאכן זיין דארט א שיינע פאר יאר א גרויסער שרייבער, שלעפ זיי אביסעל אהער וועסטו קענען נהנה זיין פון נאך א אידישע פארום.

שלומיאל » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:48 pm

· #3244
Re: דער פארום פאפט
ס'פאפט נאך אלס?

טהור עיניים » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:54 am

· #3271
Re: דער פארום פאפט
האציך געגעבן אביסל א וועק אויף. גוט גוט, נאך א שטיקל שטופ און עס וועט זיין פיין.

געלעגער » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:11 pm

· #3276
Re: דער פארום פאפט
שלמואל ארבעט שווער, מ'דארף אים קרעדיטן דערפאר

בולעטין » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:27 pm

· #3277
Re: דער פארום פאפט
געלעגער נו געב אים א דאנק

געלעגער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:10 am

· #3282
Re: דער פארום פאפט
בולעטין האט געשריבן:געלעגער נו געב אים א דאנק

גערעכט

טהור עיניים » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:15 am

· #3286
Re: דער פארום פאפט
געלעגער האט געשריבן:שלמואל ארבעט שווער, מ'דארף אים קרעדיטן דערפאר


שוין גארנישט אזא שלומיאל...

בולעטין » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:44 am

· #3293
Re: דער פארום פאפט
אויף אייוועלט איז אויך עמיצער א שלומיאל געווען פון די גאנץ ערשטע איינגעשריבענע

שלומיאל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:12 pm

· #3296
Re: דער פארום פאפט
בולעטין האט געשריבן:אויף אייוועלט איז אויך עמיצער א שלומיאל געווען פון די גאנץ ערשטע איינגעשריבענע

א לינק ביטע

חרוסת » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:47 pm

· #3360
Re: דער פארום פאפט
געלעגער האט געשריבן:שלמואל ארבעט שווער, מ'דארף אים קרעדיטן דערפאר

לופטיגע תגובות העלפן נישט בויען א סייט, אפילו א מיליאן תגובות א טאג.
אז איינער האט אן אינטערעסע אין דעם פלאץ זאל ער ביטע שרייבן תגובות צו דער זאך און מיט תוכן.
בכל אופן, נישט איך, מיר איז פונקט גענוג אייוועלט און ק''ש און איך הייב נישט אן צו פארשטיין וועמען און מיט וואס, די נאקעטע ווענט און זעלבסט קאמפלימענטעריי פון קרעטשמע זאל איינעם סערוויסן.

בולעטין » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 1:10 pm

· #3361
Re: דער פארום פאפט
אבי געזונט חרוסת

יעדע תגובה דא מאכט מער צוציאונג פון מענטשן, אוודאי אז פאר דיר איז די גאנצע מעשה חרוסת דיר איז דאך נישט נוגע בכלל צו מען שרייבט יא לופטיג צו נישט, אדער קען גאר זיין ביזט פארווייטאגט אז נאך א סייט עקזיסטירט

טהור עיניים » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:31 pm

· #3368
Re: דער פארום פאפט
אמת אז יעדע תגובה מאכט מער ציענד, אבער עס איז אויך אמת אז תוכנ'דיגע תגובות מאכט מער א חילוק.

איך האלט גראדע יא אז עס פעלט אויס נאך א סייט, א קאמפעטישן פאר אייוועלט, אבער ק"ש איז ליידער נישט דער ענטפער. און דערפאר טריי איך צו שרייבן אביסל דא אויך ווייל איך וויל דער סייט זאל זיך אויפארבעטן.

אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס גייט געשעהן אזוי גרינג. אייוועלט איז אראונד אסאך יארן און מענטשן לייגן אריין אסאך כח אין דעם סייט. עס בויעט זיך נישט אויף אזוי איבערנאכט. ווער עס האט סיי וועלכע אינטערעסע אין דעם סייט זאל ארבעטן. ברענגט נייעס, שרייב, ארטיקלען, מחשבה, השקפה, היסטאריע. סיי וואס אימער.

איי וועסטו מיר זאגן קריינא דאיגרתא. וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין צייט און קיין קאפ, און איך שרייב טאקע זייער ווייניג אין אייוועלט אויך, און פון דאס ביסל וואס איך שרייב יא גיב איך אוועק צייט פאר דעם סייט אויך.

ראש הקהל » פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:47 am

· #3380
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:אמת אז יעדע תגובה מאכט מער ציענד, אבער עס איז אויך אמת אז תוכנ'דיגע תגובות מאכט מער א חילוק.

איך האלט גראדע יא אז עס פעלט אויס נאך א סייט, א קאמפעטישן פאר אייוועלט, אבער ק"ש איז ליידער נישט דער ענטפער. און דערפאר טריי איך צו שרייבן אביסל דא אויך ווייל איך וויל דער סייט זאל זיך אויפארבעטן.

אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס גייט געשעהן אזוי גרינג. אייוועלט איז אראונד אסאך יארן און מענטשן לייגן אריין אסאך כח אין דעם סייט. עס בויעט זיך נישט אויף אזוי איבערנאכט. ווער עס האט סיי וועלכע אינטערעסע אין דעם סייט זאל ארבעטן. ברענגט נייעס, שרייב, ארטיקלען, מחשבה, השקפה, היסטאריע. סיי וואס אימער.

איי וועסטו מיר זאגן קריינא דאיגרתא. וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין צייט און קיין קאפ, און איך שרייב טאקע זייער ווייניג אין אייוועלט אויך, און פון דאס ביסל וואס איך שרייב יא גיב איך אוועק צייט פאר דעם סייט אויך.


עס איז אינטערסאנט צו זען וויאזוי אין אייוועלט האט זיך איינער אנגערופן אין יארע '06' ווען די תגובות האבן שוין געהאלטען דריי מאל אזוי סך פון ביי קרעטשמע
Who cares?

באמת זעה איך נישט וואס דער גרויסע שמחה איז, לאמיר טראכטן ערוואקסן פאר א סעקונדע צוויי, רוב תגובות דא זענען לויטערע שטותים, נו וואס פרייט מען זיך? אז צען ערוואקסענע אידן האבן געקענט שרייבן אזוי אזויפיל שטותים אין אזא קורצע צייט אפשניט? געוואלד געשריגן.


נו יאנוש, ברענג אהער דא גענוג משקה פאר ביז מארגן צופרי ביי קידוש, לחיים.

זייגער » מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:56 pm

· #3385
Re: דער פארום פאפט
בין איך די איינציגסטע וואס האלט אז טהור עינים איז נישט די זעלבע?

בולעטין » זונטאג יאנואר 04, 2015 10:03 am

· #3386
Re: דער פארום פאפט
זייגער האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האלט אז טהור עינים איז נישט די זעלבע?

קוק זיינע תגובות דא און דארט.

זייגער » זונטאג יאנואר 04, 2015 1:12 pm

· #3389
Re: דער פארום פאפט
איך האב געקוקט.

now what?

בולעטין » זונטאג יאנואר 04, 2015 2:15 pm

· #3390
Re: דער פארום פאפט
סגוט אזוי

לטובה » זונטאג יאנואר 04, 2015 4:10 pm

· #3391
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:
איך האלט גראדע יא אז עס פעלט אויס נאך א סייט, א קאמפעטישן פאר אייוועלט, אבער ק"ש איז ליידער נישט דער ענטפער. און דערפאר טריי איך צו שרייבן אביסל דא אויך ווייל איך וויל דער סייט זאל זיך אויפארבעטן.

אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז דאס גייט געשעהן אזוי גרינג. אייוועלט איז אראונד אסאך יארן און מענטשן לייגן אריין אסאך כח אין דעם סייט. עס בויעט זיך נישט אויף אזוי איבערנאכט. ווער עס האט סיי וועלכע אינטערעסע אין דעם סייט זאל ארבעטן. ברענגט נייעס, שרייב, ארטיקלען, מחשבה, השקפה, היסטאריע. סיי וואס אימער.

איי וועסטו מיר זאגן קריינא דאיגרתא. וועל איך דיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין צייט און קיין קאפ, און איך שרייב טאקע זייער ווייניג אין אייוועלט אויך, און פון דאס ביסל וואס איך שרייב יא גיב איך אוועק צייט פאר דעם סייט אויך.


טהור איז הונדערט פראצענט גערעכט. און דאס איז וואס פעלט ליידער דערווייל דא, נישטא קיין געהעריגע לאנגע תגובות מיט תוכן.

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:21 pm

· #3400
Re: דער פארום פאפט
ווייל ס'דא אייוועלט. מ'זעט עפעס נישט איין דאס נחיצות פון נאך א כמו אייוועלט. יעדע זאך דארף האבן עפעס א ברענדינג וואס זי פארקויפט. קרעטשמע האט עס נאך נישט ליידער.

טהור עיניים » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:24 pm

· #3403
Re: דער פארום פאפט
זייגער האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האלט אז טהור עינים איז נישט די זעלבע?


איך זוך נישט דיך צו איבערצייגן, אבער זאגן קען איך דיר אז דאס איז דער זעלבער פון אייוועלט. און גראדע האט מיך געבאדערט אז די סייט האט טאקע נישט אזא סקרינינג פראצעדור זיכער צו מאכן אז א צווייטער קען נישט נעמען דעם יענעם'ס ניק פון אן אנדערן סייט און עס נוצן דא.

לאמיר זיך נישט נארן, אסאך מענטשן דרייען זיך איינמאל און נאכאמאל אויף די זעלבע פאר סייטס, און עס איז נישט שיין אז איך זאל קומען און כאפן א ניק וואס א צווייטער נוצט אויף אייוועלט און עס נוצן דא.

בארדיטשעווער בדחן » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:30 pm

· #3405
Re: דער פארום פאפט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ווייל ס'דא אייוועלט. מ'זעט עפעס נישט איין דאס נחיצות פון נאך א כמו אייוועלט. יעדע זאך דארף האבן עפעס א ברענדינג וואס זי פארקויפט. קרעטשמע האט עס נאך נישט ליידער.

ביסטו דער זעלבער פון....?

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:34 pm

· #3406
Re: דער פארום פאפט
יא

השר מקוצי » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:41 pm

· #3407
Re: דער פארום פאפט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יא

Whattt ???
קאווע שטיבל? רח''ל, עס איז א נידריגע סייט

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:42 pm

· #3408
Re: דער פארום פאפט
איך בין א נידעריגער, קוים 5 פיס

השר מקוצי » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:46 pm

· #3411
Re: דער פארום פאפט
פון ברוקלין?

דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:47 pm

· #3412
Re: דער פארום פאפט
גילו ??

השר מקוצי » זונטאג יאנואר 04, 2015 6:49 pm

· #3413
Re: דער פארום פאפט
קודם האסטו עס באשטעטיגט, גוט צו וויסן

טהור עיניים » זונטאג יאנואר 04, 2015 11:36 pm

· #3419
Re: דער פארום פאפט
השר מקוצי האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יא

Whattt ???
קאווע שטיבל? רח''ל, עס איז א נידריגע סייט


נו, פאר דעם קומט ער דאך אהער.

לטובה » זונטאג יאנואר 18, 2015 4:40 pm

· #3617
Re: דער פארום פאפט
את אשר יגורנו בא. ויצאה נשמתו בטהרה. חבל חבל על דאבדין.

גרויזאמער » זונטאג יאנואר 18, 2015 5:09 pm

· #3618
Re: דער פארום פאפט
:lol:
It never had any chance. No point!
איך האב ערשט געזאגט פארמאכט די לעקטער און צאתכם לשלום..

טהור עיניים » מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:52 am

· #3623
Re: דער פארום פאפט
נו, זעהט נישט אויס אז עס זענען דא אפילו דריי אידן וועלכע האבן גענוג אן אינטערעסע אז עס זאל זיין. נישט איז נישט.

גרויזאמער » מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:59 am

· #3624
Re: דער פארום פאפט
ווען ס'וואלט נישט געווען קאווע שטיבל מיט אייוועלט וואלט קרעטשמע געהאט א סיבה... אבער אז מ'איז שוין געקאווירט פון אלע זייטן מיט ק''ש אין א''וו, האט קרעטשמע נישט געהאט א זכות קיום מעיקרא. איך שריי שוין חדשים: פארמאכט ביטע די לעקטער! גענוג מיט די ליצנות!

איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:41 pm

· #4073
Re: דער פארום פאפט
טהור עיניים האט געשריבן:נו, זעהט נישט אויס אז עס זענען דא אפילו דריי אידן וועלכע האבן גענוג אן אינטערעסע אז עס זאל זיין. נישט איז נישט.

ס'איז יא דא דריי אידן וואס זענען אינטרעסירט!!!
כ'האב מגיב געווען אויף דיינס אן ארטיקל, און כ'האב אפילו געלייק'ט, זיי מוחל און מאך זיך וויסנדיג.

זייגער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:48 pm

· #4074
Re: דער פארום פאפט
די סייט איז אויף א רעספירעיטער

איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:54 pm

· #4076
Re: דער פארום פאפט
אפילו חרב חדה מונחת... אל יתייאש!

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:16 pm

· #4088
היינט געווען אביסל אויף דא. ב"ה.

שלומיאל » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:47 pm

· #4091
Re: דער פארום פאפט
געלויבט גאט ברוך הוא יתברך שמו ויתעלה

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:22 pm

· #4092
מ'דארף נאר האפן אז יעדן טאג זאל זיין אזוי...

מיין מיינונג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:35 pm

· #4093
Re: דער פארום פאפט
מ'דארף נישט האפן, מ'דארף נישט בעטן און נישט דאנקען.
מ'דארף פשוט שרייבן.

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:51 pm

· #4094
איך בין דא יעדן טאג...

שלומיאל » דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:54 am

· #4099
Re: דער פארום פאפט
מיין מיינונג האט געשריבן:מ'דארף נישט האפן, מ'דארף נישט בעטן און נישט דאנקען.
מ'דארף פשוט שרייבן.

נו לאמיר זעהן אז דו זאלסט טון למעשה.

טהור עיניים » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:45 am

· #4265
Re: דער פארום פאפט
איבערלעבער האט געשריבן:
טהור עיניים האט געשריבן:נו, זעהט נישט אויס אז עס זענען דא אפילו דריי אידן וועלכע האבן גענוג אן אינטערעסע אז עס זאל זיין. נישט איז נישט.

ס'איז יא דא דריי אידן וואס זענען אינטרעסירט!!!
כ'האב מגיב געווען אויף דיינס אן ארטיקל, און כ'האב אפילו געלייק'ט, זיי מוחל און מאך זיך וויסנדיג.


איים סארי איבערלעבער, איך האב נישט באמערקט, ווי דו זעסט בין איך כמעט נישט דא, אדרבא, צייג מיר אן וועל איך זיך באדאנקען.

איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:56 am

· #4270
Re: דער פארום פאפט
ייש''כ פארן זיך לאזן הערן. קוק אין דיין אשכול פון ואאאאני

זייגער » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:30 am

· #4271
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:היינט געווען אביסל אויף דא. ב"ה.

לטובה » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:23 am

· #4548
Re קרעטשמע בליעט !
ב"ה אז ס'איז ניכר ממש א התחדשות לטובה אויף 360 דעגרי, די סייט לעבט און ווירבלט, אודאי איז נאך דא א ווייטע וועג צו גיין, אבער ס'איז דעפענטלי נשתנה צורה געווארן. נייע שרייבער, נייע באזוכער.

איך פערזענליך האלט אז דאס האט צוטין מיט די געשמאקע פאליטיק אשכולות וועלכע קומען ארויף, מענטשן ווילן זיך אויסגעבן רעדן אביסל פאליטיק, אויף אייוועלט לאזט מען נישט און אויף די כפירה'דיגע סייט וויל מען נישט גיין, קרעטשמע איז דער אויסוואל ב"ה.! כה לחי אלע שרייבער און געסט.

לטובה » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:28 am

· #4550
Re: דער פארום פאפט
צו דער זעלבער צייט תצא הקריאה צו די טייערע ניקס וועלכע זייען אן לופטיגע תגובות סתם אין דער וועלט אריין און ברענגען ארויף אור אלטע אשכולות פאר שוואוילטאג.

ביטע זיך האלטן צום סטאנדארט און זיך אויפפירן ערוואקסן, מיר שעצן יעדן שרייבער און מיר קוקן ארויס אויף א געשמאקע צוזאמענארבעט, פאר איר שיקט א תגובה טראכט אריין, וועט איינער הנאה האבן דערפון ? וועט דאס צולייגן עפעס תוכן צו דעם סייט ?

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 02, 2015 6:49 pm

· #4696
Re: דער פארום פאפט
זייגער דו ביסט טויב? בלינד?
אדער ליינסטו נאר אלטע אשכולות, דערפאר האסטו נישט געזעהן לטובה'ס רוף...

גרויזאמער » מאנטאג מערץ 02, 2015 9:15 pm

· #4698
Re: דער פארום פאפט
מיינוג, ס'דא א לאזונג NO PUBLICITY IS BAD PUBLICITY

איז הער צו, דא קען מען זאגן: קיין קרעטשמע תגובה איז א שלעכטע תגובה

קוים וואס איינער שרייבט דא, סוי מאכט דיר נישט משוגע מיט דיינע פאלשע קרעכצן. ביזט נאך צו קליין צו (זיך מאכן) רעגן ווען איינער שרייבט דא עפעס אפילו עפעס נישט צום זאך.
בלאט: 1 2