קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל

געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #37

לטובה » מיטוואך יולי 02, 2014 10:28 am

· #181
געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
איינער ווייסט וואס עס גייט פאר ?

שמועות דערציילן אז די קהילת מהר''א האבן זיך דערזען מיט א טעות וואס זיי האבן געמאכט אין זיינער צייט ווען זיי האבן אויפגעבויעט דעם גדר המבדיל צויישן די צוויי בתי חיים'ס. זיי האבן זיך פאררעכנט מיט א שטח וואס באלאנגט עכט יא צו זיי און האבן דעריבער יעצט צענומען די אלטע גדר און אריינגעריקט עס ביז טיף אינמיטן דעם שטח פון די קהילת מהרז''ל.

אנדערע ווייסן גאר צו דערציילן אז הגר"מ יאזאפאוויטש'ס מציבה איז אצינד אריבערגעגאנגען צו קהילת מהר''א.

קומטס אריין קלאר רבותי.

השר מקוצי » מיטוואך יולי 02, 2014 10:35 am

· #184
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
די שמועה איז א פאלשער, רבי משה'ס קבר איז געבליבען אינעם נייעם זיי האבען נאר געריקט דעם גדר ממש ביז'ן נייעם חלקה צוליב א טעות אין די פאפירען וואס מען האט פארזעהן דעם גענויער גרעניץ.

מאשקע » מיטוואך יולי 02, 2014 10:37 am

· #186
יא, עס איז אמת מען האט ארויף געריקט דעם גדר, טאקע ווייל מען האט זיך געהאט פארעכנט מיט אפאר פיס

עסקן » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:16 pm

· #6258
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
קלאנגען קורסירען אז חשובי הקהילה זענען אריבער צום רבי'ן מהר"א אז מען זאל אראפנעמען די גדר צוליב די פארמערטע פארלוסטען וואס די קהילה האט געליטן ל"ע אין די לעצטערע תקופה.

----------

ס'כדאי מען זאל צורוה לאזן די מתים און אפשטעלן די וואס שעדיגען די פעולות הצלת הקברים בארה"ק וועט עס זיכער אויך זיין א טובה פאר די קהילה

מיין מיינונג » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 7:04 pm

· #6259
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
אויך געהערט אז אינערהאלב קהילת חסידי מהר"א איז דא וואס האבן ארויפגעברענגט א פארלאנג אראפצונעמען די גדר המבדיל

לטובה » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 10:29 am

· #6260
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
עסקן האט געשריבן:קלאנגען קורסירען אז חשובי הקהילה זענען אריבער צום רבי'ן מהר"א אז מען זאל אראפנעמען די גדר צוליב די פארמערטע פארלוסטען וואס די קהילה האט געליטן ל"ע אין די לעצטערע תקופה.

----------

ס'כדאי מען זאל צורוה לאזן די מתים און אפשטעלן די וואס שעדיגען די פעולות הצלת הקברים בארה"ק וועט עס זיכער אויך זיין א טובה פאר די קהילה


איינער ווייסט ווי די גיהנום עס קומט דא אריין די קברים אין ארץ ישראל ? #אבעסעד לדבר אחד

יא יא » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 11:59 am

· #6261
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
וואס עפעס רוקן די גדר ?

וואס וועט דעס אויסמאכן און העלפן ?

עסקן » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:01 pm

· #6262
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
לטובה האט געשריבן:
עסקן האט געשריבן:קלאנגען קורסירען אז חשובי הקהילה זענען אריבער צום רבי'ן מהר"א אז מען זאל אראפנעמען די גדר צוליב די פארמערטע פארלוסטען וואס די קהילה האט געליטן ל"ע אין די לעצטערע תקופה.----------
ס'כדאי מען זאל צורוה לאזן די מתים און אפשטעלן די וואס שעדיגען די פעולות הצלת הקברים בארה"ק וועט עס זיכער אויך זיין א טובה פאר די קהילה

ווי די גיהנום עס קומט דא אריין די קברים אין ארץ ישראל

אז מען זיכט תיקונים צו פארעכטן עניני הקהילה קען מען טרעפן דברים הצריכים תיקון בנוגע די מתים זעלבסט, בנוסף צום גדר המבדיל.

יא יא » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 1:44 pm

· #6263
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
איך מיין און אז מארגן וועט קומען עפעס א צווייטער האומלעסס און אים וועט בייפאלן אז ער וויל וואוינען אין ביה"ח צו עפעס א צווייטע שגעון זאל מען עס אים אויך נאכגעבן איך פארשטיי עס אינגאנצן נישט

עסקן » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:01 pm

· #6264
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
מען שמועסט אז ערנסטע לייט פון די קהילה האבן מעורר געווען די רבי דערוועגן

יא יא » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:44 pm

· #6265
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
קען זיין אבער איך פארשטיי עס נישט

ווייל איינער האט באשלאסן צו מאכן א ביה"ח נעבן מיינס בין איך אים עפעס שולדיג איך פארשטיי עס אינגאנצן נישט

נאכדעם כל די נפטרים האבן דאך געוואלט ליגן אין יענע ביה"ח פארוואס פלוצים זאל מען זיי לייגן אין א אנדערע ביה"ח ????

עסקן » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:02 pm

· #6266
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
יעדער בלייבט על מקומו און אין זיין אייגענע בית החיים, נאר אן א גדר צווישן איינס און די אנדערע

יא יא » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:16 pm

· #6267
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
וועם באדערט דעם גדר דארט ?

איך האב שוין לאנג געהערט אז די מהרז"ל חברה באדערט דעם גדר עפעס מער ווי נארמאל איך קען נישט כאפן פארוואס

מיין מיינונג » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:54 pm

· #6268
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
יא יא האט געשריבן:וועם באדערט דעם גדר דארט ?

איך האב שוין לאנג געהערט אז די מהרז"ל חברה באדערט דעם גדר עפעס מער ווי נארמאל איך קען נישט כאפן פארוואס

איך בין נייגעריג וואו איר האט דאס געהערט.

פון אייער היסטעריע קוקט אויס אז עס באדערט אייך געפערליך אז עס גייט אראפ, פארוואס?

יא יא » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:23 pm

· #6269
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
ס'גייט נאך נישט אראפ

און איך פארשטיי נאך נישט פארוואס מ'האט דאס געלייגט

און אז מ'האט שוין יא געלייגט פארשטיי איך נישט וואס דאס דארף צו באדערן פאר ר' זלמן'ס מענטשן ס'איז דען א נפק"מ ווי מ'ליגט נאך די 120 ס'וועט דען עפעס אויסמאכן ביי דין וחשבון מ'וועט עפעס באקומען ווינציגער גיהנום ?

ווי איך האב דאס געהערט געדענק איך נישט אויף די מינוט ווי איך בין געשטאנען דעמאלט אז דו ווילסט דוקא קען איך פראבירן מיך צו דערמאנען

מיין מיינונג » דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:58 pm

· #6270
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
נישט געמיינט צו פרעגן וואו אויף די מאפע, נאר אין וואסארא געזעלשאפט :)
ווייל די מענטשן פון די מהרז"ל קרייז מיט וועם איך האב גערעדט האט עס קיין כי הוא זה געבאדערט, אדרבה, זיי האבן געוויסט צו זאגן אז עס באדערט זיי...

יא יא » מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 3:59 am

· #6271
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
אה דו האסט מסתמא גערעדט מער מיט די מענטשו וואס זיצן מזרחית צפונית אין ראדני איך האב גערעדט מיט די וואס זיצן מזרחית דרומית זיי האב איך געהערט נישט איינמאל שימפן דערויף

נייעס » מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 4:51 pm

· #6272
Re: געריקט דעם גדר ביים בית החיים אין קרית יואל
מען שמועסט אז עס איז געווען א מיטינג פון ביידע הויפן אין סאטמאר איבער געוויסע פלענער אויף א התחלה פון א פרידענס פראצעדור צווישן די צוויי הויפען