שניי אין ירושלים
עפעס רישט מען זיך אויף א שטיקל שניי אין ירושלים מיטוואך נאכמיטאג ביז דאנערשטאג צופרי ארטיגע צייט.
דאס קומט פונקט א יאר נאכדעם וואס ירושלים איז פאראליזירט געווארן נאך א זעלטן מאסיווע שניי שטורעם.
Re: שניי אין ירושלים
די וועגן פון און צו ירושלים ווערט אפגעשפארט פון מיטוואך אינמיטן טאג, חוץ פאר עמוירדזשענסי רעספאנדער'ס, כדי נישט איבערצו'חזר׳ן די טעותים פון פאריאר.
Re: שניי אין ירושלים
די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן א ווארענוג פאר די אמעריקאנער סיטיזענס וועלכע געפינען זיך אין ארה"ק די טעג אז מען זאל זיין גרייט דערצו און זיך נישט ארויס לאזן אין די וועגן בשעת די שטורעם.
Re: שניי אין ירושלים
די איזראעליס דערשרעקן זיך אזוי פון אפאר ווייסע ברעקלעך?
Re: שניי אין ירושלים
מען רעדט פון גאר א ערנסטער שניי קומענדע וואך
Re: שניי אין ירושלים
וואס מיינט דאס גאר ערענסט?
Re: שניי אין ירושלים
עס האט שוין ליידער געקאסט א קרבן, א חרדישע 13 יעריגע בחור איז ל''ע אומגעקומען פון א עקסידענט פאראורזאכט דורך די שווערע וועטער
Re: שניי אין ירושלים
מנהל של תלמוד תורה בירושלים מתקשר למלמד ומודיע לו שאין צורך להגיע לחיידר כי הגיעו רק 3 ילדים.
אומר לו המלמד אני כן מגיע כי בבית יש לי 12 ילדים...
Re: שניי אין ירושלים
עס האט זיך אויסעלאזט א שטורעם אין א גלעזל שניי פון די גאנצע מעשה.
Re: שניי אין ירושלים
השר מקוצי האט געשריבן:מען רעדט פון גאר א ערנסטער שניי קומענדע וואך
און וואס טוט זיך מיט דעם?
Re: שניי אין ירושלים
העט מען דארפן זען נעקסטע וואך צו דאס מיינט יא עפעס
Re: שניי אין ירושלים
אויף וועלכע טאג ערווארט מען די פרישע שניי?