קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » 2 פאליסלייט געשאסען געווארן

2 פאליסלייט געשאסען געווארן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #377

בולעטין » מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:24 pm

· #3504
2 פאליסלייט געשאסען געווארן
יעצט ביינאכט אין בראנקס זענען צוויי פאליסלייט דערשאסען געווארן דורך א אומבאקאנטער פארשוין וואס איז תיכף אנטלאפען
ווארשיינליך איז עס געווען פון די רויבער וועמען די פאליציי האבן נאכגעיאגט נאכן דורכפירען א רויבעריי.

טהור עיניים » דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:38 am

· #3506
Re: 2 פאליסלייט דערשאסן
יא, געווען ביי א רויבעריי, מען האט געשאסן אויף די פאליציי וואס איז אנגעקומען. איינעם פון די צוויי אנטלאפענע איז געכאפט געווארן דער צווייטער נאך נישט.

אנפין נהירין » דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:12 am

· #3509
Re: 2 פאליסלייט דערשאסן
#NYPD confirms that no one is in custody for the shooting of 2 police officers in the #Bronx @AllisonPapson

טהור עיניים » דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:26 am

· #3513
Re: 2 פאליסלייט דערשאסן
קאן זיין, אבער איך האב געזעהן אין די נייעס אז איין סאספעקט ווערט אויסגעפרעגט און דעם צווייטן זוכן מען נאך.

לכבוד פותח האשכול. דערשאסן מיינט אז זיי זענען טויט. ווען דער געשאסענער לעבט זאגט מען פלעין געשאסן. ביטע פאררעכטן.

דא לעבן נאך ביידע אפיצירן, זיי זענען אין שפיטאל און זענען ערווארטעט זיך גענצליך צו ערהוילן.

שלומיאל » דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:48 am

· #3529
Re: 2 פאליסלייט געשאסען געווארן
וואס זענען די נעמען מתפלל צו זיין?

(לאכסט? ס'איז א בפירוש'ע משנה הוי מתפלל בשלומה של מלכות)

בולעטין » דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:53 am

· #3533
Re: 2 פאליסלייט געשאסען געווארן
זיי זענען די מלכות?

שלומיאל » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:01 am

· #3537
Re: 2 פאליסלייט געשאסען געווארן
א חלק פון די מלכות (גאווערמענט, פירערשאפט, וכו')

השר מקוצי » דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:32 pm

· #3547
Re: 2 פאליסלייט געשאסען געווארן
די פארדעכטיגטע זענען שוין ארעסטירט

Yiddish » מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:28 pm

· #3573
Re: 2 פאליסלייט געשאסען געווארן
1
officer came home already