קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם חסד יבנה » העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע

העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #398

טהור עיניים » זונטאג פעברואר 01, 2015 5:43 pm

· #3813
העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
ווער עס ווייסט וואס עי על עס איז דארף איך קיין ווארט נישט זאגן.

ווער עס ווייסט נישט, וועל איך זאגן אפאר ווערטער.

עי על עס איז א מיתה משונה. גארנישט ווייניגער און איך האב נישט קיין ווערטער דאס צו פארקלערנערן. עס איז א גרויזאמע, שוידערליכע מיתה משונה. ווער עס האט דאס אמאל צוגעזעהן ווייסט אז דאס קען מען נישט גענוג שטארק ארויסברענגען.

עס איז א מחלה אין וועלכע דער מענטשן גוף שטארבט אבער דער מענטש בלייבט לעבן. פשוטו כמשמעו. א לעבעדיגער מענטש אין א טויטן גוף. איך ווייס נישט אויב דער גיהנם איז ערגער פון דעם.

און וואס נאך, כהיום איז נישט דא קיין האפענונג פאר דעם. אמת, מיר גלויבן אז דער אייבישטער קען אלעס, ער קען אפילו אויסהיילן א מענטש מיט עי על עס. ער קען אויך מחיה מתים זיין און איך בין נישט מסופק אין דעם פאר קיין רגע. אבער דער מציאות איז אז פון הארץ אטאקעס און יענע מחלה קומען יעדן טאג ארויס אויסגעהיילטע מענטשן און פון עי על עס נישט.

פון שפיטאל וואקן יעדן טאג ארויס אויסגעהיילטע מענטשן, אבער פון בית עולם נישט. ווער עס באקומט שוין זיין פלאץ אין בית עולם בלייבט דארט, עד אשר יקיצו וירננו שוכני עפר.

עי על עס איז דאס זעלבע, ווער עס באקומט דאס, ווערט נישט אויסגעהיילט. מען ווערט ל"ע ערגער און ערגער און מען גייט אויס צוביסלעך אין שוידערליכע אומבארגרייפליכע יסורי הגוף והנפש.

כהיום איז נאך ליידער נישט דא קיין רפואה פאר דעם. אבער א געוויסע מעדיצינישע פירמע ארבעט יעצט אויף א רפואה וואס קען העלפן פאר דעם (איך האב נאך נישט דורכגעטון פונקטליך וואס און וויפיל עס קען מעגליך העלפן, אבער עס איז מעגליך אז עס זאל פארגרינגערן די ליידן און פיין פון די מענטשן), און זיי גייען אין די טעג אריינגעבן די פאפירן פאר די עף די עי פאר אפרואוועל. אזא פראצעדור געדויערט געווענליך זייער לאנג, צומאל פילע יארן.

אבער עס האבן זיך צוזאמען גענומען פאמיליע און פריינט פון עי על עס ליידענדע און (און טייל פון די ליידענדע אליינס) און האבן אנגעהויבן א פעטיציע אויף טעינדש . ארג צו בעטן ביי די עפ די עי זיי זאלן דאס שנעלער אפרואווען.

ביטע טייערע אידן, נעמט אייך די צוויי מינוט און גייט אויף דעם סייט און שרייבט אונטער דעם פעטיציע. און אין דעם זכות זאל דער אויבערשטער אייך אלע העלפן און באשיצן פון אלעם בייזן.

יישר כח,
הכו"ח, טהור עיניים

עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:38 am

· #3816
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
אלס עסקן וואלט איך צוגעלייגט א האנט, ביטע ווייז מיר ווי צו גיין צום פעטיציע.

טהור עיניים » מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:55 am

· #3822
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
אוי, סארי, איך האב פלעין פארגעסן צו פאוסטן א לינק, דא האט איר:

m https://www.change.org/p/food-and-drug- ... 5Ah%2FKjoS m

עסקן » מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:29 pm

· #3823
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
א דאנק פארן געבן די זכות המצוה

לטובה » מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:58 pm

· #3829
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
שווער צו גלייבן אז די אגענטור וועט זיך דערשרעקן פון חתימות אויף טשעינדש דאט קאם אבער שאטן קען עס זיכער נישט.

טהור עיניים » זונטאג פעברואר 08, 2015 5:27 pm

· #3876
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
לטובה האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז די אגענטור וועט זיך דערשרעקן פון חתימות אויף טשעינדש דאט קאם אבער שאטן קען עס זיכער נישט.


דערשרעקן? אפשר טאקע נישט, אבער עס איז קלאר אז א פעטישאן פון א פערטל מיליאן מענטשן קען אויפטאן.

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 08, 2015 5:33 pm

· #3877
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
טהור האסט רעכט.

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 08, 2015 5:35 pm

· #3878
דארף מען עפעס אויפטוהן מיט 'די רעכט'....
ניין?

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 08, 2015 5:36 pm

· #3880
Re: העלפט ארויס ביטע פאר עי על עס ליידענדע
יא