דער קרעטשמע
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #401
דער קרעטשמע
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז אלע כלליות'דיגע זאכן/נייעס אין און אינערהאלב אונזער קרעטשמע זאל דא ווערן באריכטעט און באהאנדלט.
צום אלעם ערשט;
איך כאפ אזוי א שפאציר אריין אינם קרעטשמע, און ב"ה, ס'ווערט מיר גוט אויף די אויגן! איך זעה אז עס זיצן גאנצע זעקס אירע ארום די טישן.
פיין, וועט מען האבן מיט וועם צו פארברענגן אינם נייעם אכסני', איך זעץ מיר אראפ אויף מיין קביעות'דיגע טישל, און מיין בליק נעמט זיך ארומוואנדערן אויף די טישן פון די קרעטשמע, זוכנדיג ווער עס זענען די 6 אירע וואס ווערן דערמאנט ביים טיר אז זיי זענען דא? אפשר אונזער שענקער? ווער ווייסט, אפשר וועל איך זוכה זיין צו א גלעזל לחיים יעצט? אינגאנצען צומישט זעה איך אז איך בין דא די איינציגסטע היימישער.... ארום מיר געפינט זיך אונזער באקאנטע באזוכער, גוגל, און ארום איהם דרייען זיך אפאר געסט...
אלזא מיינע טייערע חברים, האס איך מחליט געווען אז איך וועל אראפשרייבן די געפילן וואס איך האב געשפירט בשעת'ן זיך זעהן אזוי איינזאם, און איך בעהט ענק טייערע חברים, אז עטס קומט שוין יא אריין אין קרעטשמע, זעצט אייך אראפ, און ווארט אויף נאך מיטגלידער!
ערווארט מיין צוריק קער איינמאל די עולם טרינקט לחיים!
לחיים!
Re: דער קרעטשמע
LACHAYIM
V'LIVRUCHA
אה! ב"ה! ס'איז אריינגעקומען נאך איינער! קום, זעה דיך דא אוועק קעגן מיר. יא, אויף דעם טישל.
אה, ס'דא נאך פלאץ דא, ברענג אריין נאך אירע!
#לעטס ראק
Re: דער קרעטשמע
Shulam
I see you are new to our kretchme
Lets make a lachayim on old williamsburg
נאו פראבלעם! איך מאך אבער נאר א לחיים מיט לפחות 3 אידן.... ברענג אהער נאך איינעם....
שלום עליכם !
לחיים ! לחיים !
יהא בואך להרמת ה'קרעטשמע !
אה בדחן! עליכם שלום! ש'כח פאר די ווארימע אויפנאמע!
לאמיר האפן אז די 'הרמה' פונם קרעטשמע זאל זיך אנזעהן ווי שנעלער....
מיט אזא טעכנעלאגישער פראפעסיאנאל ווי אונזער נייער חבר וועט עס גיין 123
איך האב שוין געבעטן אז מ'זאל עפענען א ספעציעלע טעכנעלאגיע ווינקל.
איינמאל ס'וועט צושטאנד קומען האפן מיר צו ראקן!
Re: דער קרעטשמע
אל רייט גיימיר באשטעלן די ארכיטעקטן פאר די נייע עקסטענשאן
נאכדעם דארף מען האבן ווער ס'זאל שרייבן דארט....
איך מיין, ענטפערן האף איך אז איך וועל קענען, אבער איך קען נישט זיין א מין בחינה פון הוא מותיב לה והוא מפרק לה...
וועלכע ווערסיע פון phpbb איז די קרעטשמע אויף?
(איך וויל אביסל ארויסהעלפן מיט טעכנישע הילף, ממילא איז גוט צו וויסן)
Re: דער קרעטשמע
Ask leibel
Re: דער קרעטשמע
יא יא, מיין שאלה איז געווען געשליכטעט צו זיין דירעקציע
Re: דער קרעטשמע
טעכנעלאגיע האט געשריבן:יא יא, מיין שאלה איז געווען געשליכטעט צו זיין דירעקציע
דארפסט ווען ווערן די יד ימינו פון די אדמיניסטראציע צו שטיין בייהילפיג מיט אלע טעכנעלאגישע געצייג
לייבל ווערט געבעטן מיר צו קאנטעקטן אין אישי
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:וועלכע ווערסיע פון phpbb איז די קרעטשמע אויף?
(איך וויל אביסל ארויסהעלפן מיט טעכנישע הילף, ממילא איז גוט צו וויסן)
3.0.12דהיינו, די לעצטע ווערסיע.
נו גוט,
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:דהיינו, די לעצטע ווערסיע.
נו גוט,
ס'שוין נישט די לעצטע, ס'שוין דא 13
ווי אזוי קען זיין אז איך האב 3.1.2?
Re: דער קרעטשמע
וואו האסטו עס?
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:ווי אזוי קען זיין אז איך האב 3.1.2?
די נייסטע איז 3.1.3
m
https://www.phpbb.com/downloads/ m
Re: דער קרעטשמע
איך האב דאונלאודעד אפאר וואכן צוריק, בכדי איך זאל דיר קענען אנווייזן וואו וואס ווען. אבער אז דו האסט ווערסיע 3.0.12 וועל איך דאס דאונלאודען
לייבל, איך געב מיר נישט קיין עצה צו דאונלאודען 3.0.12
איך קען נאר דאונלאודען 3.0.13
אפשר קענסטו מיר אריבער שיקן די פיילס, אדער לינקן צום מקום וואו איך קען דאונלאודען 3.0.12?
Re: דער קרעטשמע
זיי בעטן געלט.
איך זוך א בחינמ'דיג'ע.
לייבל?
Re: דער קרעטשמע
מען קען עס דאונלאודן און ניצן אפי' מען האט נישט קיין סייט?
איך האב נישט פרובירט.
איך קען זיך אבער שפילן מיט די קאוד
Re: דער קרעטשמע
סוי וויאזוי ווייסטו אויב דו האסט עפעס למעשה'דיג משנה געווען, אדער בלויז געמאכט א חורבן?
יפה שאלת! שתי תשובות יש בדבר,
קודם, אויף די חלק ה'אידיש איז דאך פשוט.
ועוד, עפעס קאוד קען איך...
Re: דער קרעטשמע
חלק האידיש?
דו קענסט די phpbb קאודס אויך?
אידיש, מיין איך צו זאגן איבער זעצן די סייט אויף אידיש.
Phpbb איז נישט קיין קאוד שפראך.
די שפראך איז php, די פירמע phpbb שרייבט פארומס אויף די php שפראך
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:זיי בעטן געלט.
איך זוך א בחינמ'דיג'ע.
לייבל?
געלט. וואס פאלטער ביי ? מען קען עס קאנלאודען אן געלט,
Re: דער קרעטשמע
ש'כח, וועלן מיר זיין בקשר..
Re: דער קרעטשמע
לייבל, מען קען עס סעיוון אלץ א פראגרעם, אדער עס מוז זיין אויף א סייט?
Re: דער קרעטשמע
מיין מיינונג האט געשריבן:לייבל, מען קען עס סעיוון אלץ א פראגרעם, אדער עס מוז זיין אויף א סייט?
ס'איז פיילס, מען קען עס סעיווען אלץ פיילס,
Re: Re:
לייבל נסתר האט געשריבן:טעכנעלאגיע האט געשריבן:זיי בעטן געלט.
איך זוך א בחינמ'דיג'ע.
לייבל?
געלט. וואס פאלטער ביי ? מען קען עס קאנלאודען אן געלט,
לייבל די מאבייל סייט קאסט יא געלט?
Phpbb האט פשוט נישט די אלטע ווערסיעס.
די לעצטע ווערסיע קען מען אלץ באקומען בחינם
Re: דער קרעטשמע
די מאבייל אויך? נו אפשר זאל קרעטשמע אויך האבן די מאבייל סייט
Re: דער קרעטשמע
גם אני מצטרף להנ''ל, א מאבייל סייט ביטע, אויב ס'איז מעגליך.
Re: דער קרעטשמע
איבערלעבער האט געשריבן:גם אני מצטרף להנ''ל, א מאבייל סייט ביטע, אויב ס'איז מעגליך.
מיר ווארטן אין שפאנונג...
שפיאנען אין קרעטשמע!
איבערקיקנדיג יעצט 2:18 ביינאכט די סעקיוריטי קעמרעס אין קרעטשמע האבן מיר צו אונזער שאק און שוידער געכאפט רויט האנטיג דריי 'שפיאנען' שפיאנירן אויף די ניקס דא!
א מאסיווע אויספארשונג איז אינטערגענומען געווארן צו דערגיין די יארן פון ...אמממ צו דערגיין די אידענטיטעט פון די אנאנימע שפיאנען.
בייגעלייגט איז א סקרינשאם פון די שוידערליכע צענע.
Re: דער קרעטשמע
איך האף אז נישט אויף מיר האט מען שפיאנירט
Re: דער קרעטשמע
אהההה! בארוכאשעם! מען קען שוין צוריקומען אין קרעטשמע... נאכדעם וואס עס איז אזוי ברוטאל פארמאכט געווארן...
אדמין, מיר ווארט אויף א עפענטליכער אנטשולדינגונג!
עה עה! סטאפ! כא'נאר געמאכט א דשאוק! נעם ניש אלעס אזוי ערנסט!