קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » קאמפיוטער און טעכנאלאגיע » מיין טעכנעלאגיע ווינקל

מיין טעכנעלאגיע ווינקל

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #402
בלאט: 1 2

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:36 am

· #3896
מיין טעכנעלאגיע ווינקל
א גוטן כבוד הרב! גרויסען ש'כח פאר הרב לייבל פארן שענקן דעם פארום ווי מ'העט קענען שמועסן אלעס ארום טעכנעלאגיע, צו זאל עס זיין מיט טעקניקעל הילף, צו זאל עס זיין סתם אן אינטערעסאנטע נייעס איבער סיי וואס עס בארירט טעכנעלאגיע.

סאו, ווען איר האט סיי וואס פארא פראבלעם איבער טעכנעלאגיע, שפאצירט אריין און פרעגט.

נב, לייבל, איך וויל דיר נישט אנשטרענגן אבער איך גיי מיר יעצט נעמן מדווח זיין תגובות, דו זאלסט אהער לייגן גאנצעטע אשכולות אין די טעכנעלאגיע פארום. הערסט?

בולעטין » מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:44 pm

· #3910
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
ברוכים הבאים !

שכוח דיר @לייבל @טעכנעלאגיע פאר די נייע ווינקל

איך וואלט געוואלט וויסן וויאזוי מען קען פארמיידען פראבלעימען ביים קאנעקטן זיך צו ווייפיי, און צומאל דויערט מיר גאנצע 'צען מינוט' ביז מיין קאנעקשען כאפט איינמאל עס כאפט ארבעט עס פיין, האסט מיר אן עצה ??

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:51 pm

· #3913
צום אלעם ערשט דארף מען קלאר מאכן, וויפיל דיווייסיס נוצן דעם נעטווארק? וועלכע מיני ראוטער נוצטו?

בולעטין » מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:53 pm

· #3914
ראוטער האב איך נישט קיין אנונג, וויאזוי טשעק איך דעם ראוטער ?

דעווייסעס ניצען עס בערך צוויי טאפס דריי.

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:56 pm

· #3916
ווי ביסטו דיך מחבר צו די אינטערנעט?

בולעטין » מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:02 pm

· #3919
וואס מיינט ווי?
איך קלאפ אריין קאנעקט דארט ווי עס ווייזט אז די ווייפיי איז אוועליבעל

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:06 pm

· #3921
די פראבלעם איז מיט צופיל קאנעקשענס.
צופיל דיווייסיס זענען מחובר, אדער אויב איז עס א קעיבל ווייפיי קען זיין די סיבה ווייל צופיל מענטשען נוצן דעם יוזער נעים

בולעטין » מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:08 pm

· #3923
אהא, וועל מיר פרובירען צו זיכער מאכן אז קיינער ניצט נישט דעם ווייפיי.

ראש הקהל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:48 am

· #3989
@טעכנעלאגיע, וויאזוי נעמט מען אראפ פון א כלי אומנויטיגע זאכן און אנשטאטס אריינלייגען זאכן וואס מען דארף
ביי מיין כלי שרייבט זיך אויף אז עס קען שאטן פאר די דדעווייס אויב איך מעק אפ אריינגעבויטע עפפ'ס

טעכנעלאגיע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:53 am

· #3990
אוודאי קען זיין עפפס וואס קען שאטן, א שטייגער אויב דו נעמסט אראפ די עפפ וואס הייסט איהם אויסשטעלן די סקרין, וכדו' אבער נישט אלע עפפס זענען א פראבלעם, ער זאגט אז דו זאלסט אבאכט געבן מיט דעם וויבאלד ס'איז אריינגעבויט מעיקרא, און אויסמעקן קען מאכן שאדן

ראש הקהל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:02 am

· #3991
למשל אפמעקן די געלערי עפפ וואס 'קען' פאסירן צום כלי

טעכנעלאגיע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:14 am

· #3992
קענסט עס אויסמעקן, אבער גייסט נישט קענען זעהן קיין בילדער, אנלעסס דו האסט אן אנדערע עפפ דערפאר.

ראש הקהל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:17 am

· #3993
ד.ה. אז די כלי זעלבסט האט נישט קיין ריסק ?

טעכנעלאגיע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:55 am

· #3994
פון אויסמעקן דעם ספעציפישן עפפ, נישט.

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 15, 2015 9:19 am

· #4002
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
אימעיל עעפ און גוגל טאלק קען מען יא אויסמעקן אן שאדן טון פאר די כלי ?

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 15, 2015 10:25 am

· #4006
הממממ..... קויף דיר אן עס די קארטל....

אםםםם, איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט. ס'דארף נישט מאכן קיין שום פראבלעם.
די עפפס וואס קענען מאכן פראבלעמען איז די מיני עפפס וואס דו זעהסט ניטאמאל אויף די סקרין, און עפפס וואס דו ווייסט נישט וואס דו השתמשות דערפון איז.

עפפס וואס טוהן איין ספעציפישע אויפגאבע איז נישט קיין שום פראבלעם צו מעקן.

Yiddish » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:25 am

· #4008
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
Technelogy
U r good news
Keep on your work

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:27 am

· #4009
אידיש, ש'כח

עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:28 pm

· #4029
הענגאוטס
מארגן הערט זיך אויף מיט די באנוץ פון גוגל טאלק, גייט אוטאמאטיש גוגל טאלק ווערן געטוישט צו הענגאוטס ?

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:33 pm

· #4030
מ'דארף דאונלאודען די פרישע עפפ

עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:35 pm

· #4031
שכוח


פארוואס טוען זיי עס

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:36 pm

· #4032
דאס איז גוגל....
איך פערזענליך און אזוי אויך הונדרעטע אדער גאר טויזענטע אנדערע זענען אויסדריקליך נישט צופרידן פון דעם!

עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:41 pm

· #4034
מען קען נאך אריינגעבן א פעטיציע? אדער עס איז שוין נגזרה הגזירה

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:42 pm

· #4036
ס'איז שוין געים אווער...

עסקן » זונטאג פעברואר 15, 2015 6:19 pm

· #4046
מארגן אז איך גיי יא שיקען דורך גוגל טאלק א מעסעדזש גייט עס טאקע נישט אנקומען צום אדרעסס ?

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 15, 2015 6:27 pm

· #4047
איין עצה; פרוביר עס אויס, און ברענג אונז תשובה מארגן....

בארדיטשעווער בדחן » מאנטאג פעברואר 16, 2015 7:33 pm

· #4082
דערווייל איז נאך די עעפ גאגל טאלק געבליבען געהעריג אין קראפט

טעכנעלאגיע » מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:13 pm

· #4087
לויט די לעצטע באריכטן האט טאלק נאר אויפגעהערט ארבעטן אויף ווינדאוס - אויף דערווייל.

זייגער » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:00 pm

· #4127
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
אונז ברויך מיר א עפפ פאר קרעטשמע, האלא.

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:02 pm

· #4131
ענדרויד קען איך צו שטעלן.

זייגער » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:03 pm

· #4134
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
נו, געגאנגען האלא.

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:05 pm

· #4136
איך האב שוין געהאט געמאכט עפעס, אבער מ'האט געדארפט אביסל צו פוצן.

העמיר זעהן אויב איך העל האבן צייט היינט

ראש הקהל » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:05 pm

· #4137
טעכנעלאגיע האט געשריבן:ענדרויד קען איך צו שטעלן.

שכוח דיר איך וואלט עס געקענט ניצען

ראש הקהל » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:06 pm

· #4139
טעכנעלאגיע האט געשריבן:איך האב שוין געהאט געמאכט עפעס, אבער מ'האט געדארפט אביסל צו פוצן.

העמיר זעהן אויב איך העל האבן צייט היינט

טענקס ע מיליאן

איבערלעבער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:11 pm

· #4305
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
איז דא א וועג צו שרייבן א תגובה אפליין און עס דערנאך אריינשטעלן אויפ'ן ריכטיגן פלאץ און אפשיקן. איך נוץ ענדרויד.

טעכנעלאגיע » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:15 pm

· #4310
קאפי פעיסט קען נישט העלפן?

ראש הקהל » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:49 pm

· #4312
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
@טעכנעלאגיע זאגט מיר וואס איז די נומער וואס די האסט ארויסגעשטעלט אויף דיין חתימה דאס איז א פערזענליכע נומער?

איבערלעבער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:54 pm

· #4315
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
זיי מיר מוחל אבער איך בין אן עם הארץ אין די זאכן, אויב דו קענסט מיר געבן א גענויע הסבר, וועל איך עס שטארק שעצן.

מיין מיינונג » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:21 pm

· #4317
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
אז דו זאלסט עס שרייבן אלס א מעמא למשל, און ווען דו ביסט אנליין זאלסטו קאפי פעיסטן די געשרייבעכץ צו די אשכול וואו דו ווילסט עס פאוסטן.

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:44 am

· #4322
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
ראש הקהל האט געשריבן:@טעכנעלאגיע זאגט מיר וואס איז די נומער וואס די האסט ארויסגעשטעלט אויף דיין חתימה דאס איז א פערזענליכע נומער?


ס'איז א גוגל וואויס נומבער.
ספעציעל געמאכט פארן באנוץ פונם קרעטשמע.

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:11 am

· #4323
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
מען קען דיר אנקלינגען אויף יענע נומבער ?

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:14 am

· #4324
קלינגען קענסטו, די שאלה איז צו איך העל אויפהייבן....

מיין מיינונג » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:16 am

· #4325
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
ס'דא א צד אז יא? ;)

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:18 am

· #4327
פרוביר.....

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:21 pm

· #4362
נייע טשארדזשינג געדאנק
קליוולאנד:
צוויי סטודענטן זענען אויפגעקומען מיט א מהלך צו טשארדזשען סעלפאונס און אנדערע מכשירים.
אנגעפאנגן האט זיך עס מיט א פראיעקט אין די "קעיס וועסטערן ריווערס" אונווירסיטעיט ווי די סטודענטן דארפן אויפקומען מיט געדאנקן צו פארבעסערן די טעכנעלאגיע אין די דריטע וועלט לענדער.
צוויי סטודענטן זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק, אזש, טשארדזשען די סעלפאונס מיט די פיס!

"צו פעדלען אויף א דיווייס מיט די פיס, און אזוי ארום ארויסבאקומען עלעקטריק"

די צוויי סטודענטן האבן באקומען א גרענט צו אויס פרובירן די נייע טשארדזשער אין איינע פון די נאכגעלאזטע לענדער אין דרום אפריקע.

יענעם שטעטל האט נישט קיין שום עלעקטריק פארבינדונג, און מ'דארף אריינפארן א טאג צייט צו איינע פון די סיטיס און באצאלן פאר איינעם צו לאזן נוצן די עלעקטריק צו טשארדזשען די סעלפאונס.

זיי האפן אז פעדעל טשארזשער וועט עס טוישן.

די צוויי סטודענטן האלטן אינמיטן די שלבים פון נעמען די 75 אלפים, און אויפשטעלן א פירמע און מאכן די פיינעל דיזיין פאר עס, אלעס מוז געטוען ווערן אין די קומענדיגע 12 חדשים, וואס זיי האבן פארשפראכן ביים באקומען די גרענט.

ס'איז צום ערווארטן אז די פרייז וועט זיין אונטער פינף דאללער א שטיקל.

Yiddish » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:50 pm

· #4368
Re:
עסקן האט געשריבן:מארגן אז איך גיי יא שיקען דורך גוגל טאלק א מעסעדזש גייט עס טאקע נישט אנקומען צום אדרעסס ?

טעכנעלאגיע האט געמאלדן אויף אייוועלט אז פון מארגן גייט עס מער נישט ארבעטן אויף ווינדאוס

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:52 pm

· #4370
אמת, פארגעסן צו לייגן דא

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 4:57 pm

· #4437
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:אמת, פארגעסן צו לייגן דא


לול

ראש הקהל » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:41 pm

· #4498
Re: מיין טעכנעלאגיע ווינקל
איך דארף דרינגענד א כלי אויף וואס צו אינסטאלען א פראגרעם צו האלטען חשבונות אויף אסאך נעמען, און חשבונות אויף געלטער

וועלכע כלי וואלט געווען דאס בעסטע פאר דעם (ברויך זיין א פארמאט וואס איז ראוי צו טרעוולען כסדר דערמיט)

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:46 pm

· #4503
נישט פארשטאנען פונקטליך.
דו דארפסט א (לעפטאפ) וואס זאך קענען האלטן חשבונות?
איך מיין, קוויק בוקס איז נישט גוט?
וואס זוכסטו?
בלאט: 1 2