קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » תורה ויהדות » היכל השקפה » וואס זאגט מען דעם גוי.

וואס זאגט מען דעם גוי.

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #409

איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:06 am

· #3977
וואס זאגט מען דעם גוי.
גייענדיג אזוי אין גאס אין א נישט אידישער געגנט, קומט צו צו מיר א גוי,און מיט א פאלשע העפליכקייט פרעגט מיר, צו ער קען אראפנעמען א פאר מינוט פון מיין צייט, אויף עפעס צו פרעגן.
איך פרובירנדיג צו זיין וואויל, זאג אים יא, על אף זייענדיג געיאגט.
הייבט ער אן, מיטן הקדמה אז ער האפט זיך נישט אנצוהערן פראוואקאטיו,(א תקוות עניים) אז ער האט געהערט פון א אידישער חבר זיינער, אז ביי אידן איז דא אזא געזעץ, אז ווען מען טרעפט אן אבידה ווענדט זיך עס, טאמער וואוינען דארט העכער פופציג פראצענט אידן, דארף מען עס צוריקגעבן, אויב אבער ס'איז ווייניגער נעמט מען עס פאר זיך. אלזא וויל ער וויסען אויב ס'איז ריכטיג.
איך נישט וויסענדיג וואס צו זאגן, און נאך דערצו זיך יאגנדיג, האב אים אפגעפטר'ט אז ס'איז מיר נישט באקאנט.
דער גוי האט מיר באדאנקט פאר מיין צייט, און נאך צוגיענדיגט אז ער האפט ער האט זיך נישט אנגעהערט פראוואקאטיו. נו אוודאי...
איז דער שאלה, וואס זאגט מען אים. מעג מען דאס מכחיש זיין? וואס זאגט מען יא?.

ראש הקהל » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:19 pm

· #3979
שאלה גדולה שאלת

איך וואלט געזאגט דעם גוי אז ווילאנג עס איז נאך דא א יכולת צו מקיים זיין השבת אבידה איז מען מחוייב צו משיב זיין די אבידה, אבער איינמאל עס איז א גוי'ס איז זייער שווער משיב צו זיין צום בעלים ווייל ווי קומט א איד פון ירושלים אדער מאנסי אן צו אן אפריקאנער אדער פראנצויזישער

איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:04 pm

· #3980
Re: וואס זאגט מען דעם גוי.
אין אנדערע ווערטער לייקענען אז ס'דא אזא דין. איז קודם כל ווער זאגט מ'מעג זיך מתכחש זיין צו די תורה, ( אפשר הייסט עס נאר באהאלטן די טעמי המצוות וואס דאס מעג מען?). והב', וייס איך נישט צו מקען היינט אזוי זאגן, פארגעס נישט אז ער האט עס געהערט פון א "אידישער" חבר.

ראש הקהל » פרייטאג פעברואר 13, 2015 8:44 am

· #3988
Re: וואס זאגט מען דעם גוי.
דיין שאלה איז נוגע לגבי אלע הלכות פון בין אדם לחבירו וואס איז נשתנה די הלכה ביים גוי.

איבערלעבער » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:39 pm

· #3997
Re: וואס זאגט מען דעם גוי.
איך פארשטיי נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. פרעגסט פארוואס דער גוי האט אנגעכאפט השבת אבידה? מעשה שהיה כך היה.
אין אמת'ן אריין איז דא א גרויסע חילוק פון השבת אבידה ביז אלע אנדערע הלכות אין בין אדם לחברו לגבי א גוי, בעת וואס איבעראל איז דא א איסור מדאו' או מדרבנן ולכה"פ אין רוח חכמים נוחה מהם, ביי אן אבידה איז גאר אסור צוריקצוגעבן.
און ווי שוין באמערקט זענען היינט דא אזעליכע וואס זענען מגלה סודות פון חדר.

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:12 pm

· #4455
Re: וואס זאגט מען דעם גוי.
ס'ווענט זיך

איבערלעבער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:51 pm

· #4509
Re: וואס זאגט מען דעם גוי.
זייגער האט געשריבן:ס'ווענט זיך

וואס ווענדט זיך? אין וואס???