קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » תורה ויהדות » היכל השקפה » פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים

פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #420

Yiddish » דינסטאג פעברואר 17, 2015 4:23 pm

· #4150
פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
א קול קורא איז ארויס פון סאטמאר לאנדאן רב צו אסרן חברת שומרים אין לאנדאן

וואס איז די הסבר פינעם איסור ? און מיט וואס איז לאנדאן אנדערש ווי איבעראל

טהור עיניים » מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:18 am

· #4197
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
איך האב נאך נישט געזעהן דעם איסור און נישט געהערט קיין שום פרטים ממילא איז מיר שווער מגיב צו זיין אויף דעם, אבער אזוי פיל קען איך יא זאגן, אז איך האב געהערט פון איינעם וואס איז שוין געווען אינוואלווד מיט אים אין עטליכע זאכן, אז ער איז זייער א מצומצם'דיגער מענטש, און איז נישט קיין מתון.

איבערלעבער » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:04 am

· #4203
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
שומרים בכלליות איז טאקע א סוגיא וואס איז נישט אזוי פשוט, מצד א', וועט א בעסערער איידעלער איד נישט זוכן צו ווערן א שומר וד''ל. מצד ב', איז דער מצב אז פרויען און מיידלעך זאלן זיין אפען צו אנגריף דורך נידריגע עלעמענטן, אויך נישט אזוי בעסער און איידל, כמובן.
דער נושא קען ווערן לאנג אויסגעשמועסט, אבער היות וואס רב וואזנר האט זיך נישט באצויגן אויף דעם, נאר ענדערש אז ס'איז '' כמו שיש לנו רשות ושלטון עצמי '', און מ'פירט זיך נישט אויף ווי אידן אין גלות. וויל איך נאר באמערקן אפאר קורצע הערות.
א' - ער האט געאסר'ט זיינע יונגעלייט זיך אנשליסן אין שומרים, אבער ער האט נישט געאסר'ט זיי רופן ווען מען באדארף זי.
ב' - נישט לאנג צוריק האט ער ארויסגעגעבן א בריוו ווי ער ווענדט זיך צו די וואס פאסיגן דערפאר, אז מ'זאל אויפשטעלן אזא משמרת וואס זאל אים העלפן ענפארסן זיינע תקנות. וואס טוט זיך מיט שלטון עצמי?.
ג' - ער איז מגלה דעת '' שאין הם שלוחנו '', נאך שרייבט ער '' לא הייתי כותב כל הנ''ל אם היו מקבלים על עצמם כמה תנאים והגבלות'',
רעבע לעבן, האבן זיי אמאל געזאגט אז זיי זענען אייערע שלוחים? און אפשר טאקע איז דאס וואס שטערט אייך? שוין איינמאל א פראבלעם מיט שלטון '' עצמי''.

השר מקוצי » מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:27 pm

· #4224
רעבע לעבן, הרב וואזנער האט אייך נישט אנגעפרעגט קיין חוות דעת, אבער ער האט די פולע רעכט צו זאגן אז שומרים זענען נישט אינזערע שלוחים, כל זמן איעדע רב אין שטאט איז שטיל און רופט זיך נישט אן קיין הויעך ווארט ווערט א אידישע ארגענעזאציע באטראכט ווי א כח וואס ווערט פארטרעטן דורך אלע אידישע קהילות אויף דעם ארויף שרייבט דער רב אז יא אינז סאטמאר [איין טייל] ווערט נישט פארטרעטן אין די שומרים ארגענעזאציע ווילאנג עס שטעלט זיך נישט אפ די ווילדע הנהגה קעגן גויים

זייער א קלוגע זאך צו גיין א טריט פאראויס צו איינצוימען ווילדע מעשים וואס ווערן געטון פאר "שוואוילטאג"

לטובה » מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:31 pm

· #4226
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
אינטערסאנט אז א וואזנער זאל זיין אזוי עקסטרעם. אסאך מאל מאכט ער א רושם ווי א סאטמארער טענעבוים אדער שטויבער. כוואונדער זיך פון וואו דאס קומט צו אים פון וואו ער האט אויפגעפיקט זיין קנאות.

השר מקוצי » מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:33 pm

· #4228
לטובה האט געשריבן:אינטערסאנט אז א וואזנער זאל זיין אזוי עקסטרעם. אסאך מאל מאכט ער א רושם ווי א סאטמארער טענעבוים אדער שטויבער. כוואונדער זיך פון וואו דאס קומט צו אים פון וואו ער האט אויפגעפיקט זיין קנאות.
ער איז בטבע זייער שטארק פרום אין אלע הינזיכטען לאו דוקא בנוגע זאכן וואס רירט אן אין השקפת סאטמאר

Yiddish » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:08 pm

· #4277
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
מצד האם איז ער א נכד הגאון רבי אלי' מייזעס ז''ל קוקט אויס אז עס נעמט זיך פון יענע גזע

איבערלעבער » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:51 pm

· #4278
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
כבוד השר מקוצי, קיינער אין לאנדאן האט נישט געמיינט אז שומרים ארבעטן מיט די גוטהייסונג פון הרב וואזנר. דער בריוו איז נישט געקומען פארציילען קהל אז ער איז נישט אחראי, נאר ענדערש א מיטל ארויפצוצוואונגן זיין אחראי'שאפט.
אויב האט ער געצילט די גוים, וואס קענען זיך נישט אויס אין די לאנדאנער דיינימיקס, און קענען אפשר יא מיינען אז ער איז אונטער שומרים, דאן האט די צעטיל אין שוהל קנאפ געהאלפן. פארדעם דארף ער שיקן די ttj-נטרונא זיך משתתף זיין אין די פראטעסט.

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:08 pm

· #4450
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
ס'איז א סתירה.

רבי יוסף בנימין רעדט נישט דערוועגן.

עס איז א מיסטעריע.

איבערלעבער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:54 pm

· #4514
Re: פארוואס האט הרב וואזנער (לאנדאן) געאסרט שומרים
קענסט זיך אפשר מסביר זיין? לא הבנתי...