קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » קאמפיוטער און טעכנאלאגיע » נייעס פון גוגל

נייעס פון גוגל

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #428

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:15 am

· #4328
נייעס פון גוגל
פעדראלע ריכטער האבן די פארלאפענע פרייטאג אוועקגעווארפן קלאגעס געשליכטעט צו גוגל.
די קלאגעס זענען געווען אז גוגל האט געשריבן קאנטרעקט מיט אלע פראדעצורער פון די ענדרויד דיווייסיס, אז זיי מוזן פערמענאנט ארויפלייגן טייל גוגל עפפס, ווי למשל יוטוב וואס קומט מיט א יעדע ענדרויד דיווייס, ווי אויך אז אויף די היים בלאט איז דא א קנעפל וואס ווערט גלייך מחובר מיט גוגל אן קיין אפציע צו טוישן די זוך מאטאר.

די קלאגעס זענען געקומען פון קונסומער פראטעקשין אגענטורן, טענה'נדיג אז גוגל האט אומבארעכטיגט געצווינגן קונסומערס צו נוצן גוגל סערוויסעס (ווער האט דיר געהייסן קויפן אן ענדרויד?). זיי טענה'ן אז דאס האט געפירט צו א העכערע מארקעט פרייז אויף ענדרויד דיווייסיס צוליב דעם וואס די פירמעס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומפיטן מיט די 'פריים סקרין ריל עסטעיט'

פארלאפענע פרייטאג האט א פעדראלע ריכטער אין קאליפארניע ארויס געווארפן די קלאגעס זאגענדיג אז די קונסומערס האבן נישט צוגעשטעלט גענוג באווייזן אז דאס האט געפירט צו א העכערע מארקעט פרייז.
די ריכטער האט געגעבן דריי וואכן אז מ'זאל קענען ברענגן באווייזן.

גוגל האט יעצט אויך קלאגעס אין אייראפע, ווי זיי פארפירן אז גוגל טוהט אומבארעכטיגט צווינגן דאס נוצן די גוגל זוך מאטאר, און לויט זיי מוז גוגל געבן די אפציע פאר ביי וועם צו טוישן די פערמענאנטע זוך מאטאר.

Yiddish » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:38 am

· #4329
איז טאקע נישטא קיין אפציע צו טוישען די זוך אויף אינטערנעט ביי ענדרויד ?

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:39 am

· #4330
מ'קען עס יא טוישן, אבער נישט די פון די מעין סקרין.

Yiddish » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:48 am

· #4332
פון ווי קען מען עס יא טוישן

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:49 am

· #4333
וואס הייסט? פון די בראוזער!

Yiddish » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:53 am

· #4335
קען מען פון די בראוזער אויך מאכן אז די מעין סקרין זאל ווערן געטוישט צו א צווייטן סוירטש

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:58 am

· #4336
נע, מ'קען נישט

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:22 pm

· #4340
Re: נייעס פון גוגל
זיי ביטע בעסער מסביר וואס די קלאגע איז קעגן גוגל

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:37 pm

· #4345
קאפי פעיסט פון אייוועלט
קנאפער ידען האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:יישר טעכנאלאגיע,
אפשר ביסטו בעסער מסביר פארוואס דאס האט געהעכערט די פרייז? כ'כאפ עס נישט

ווי איך פארשטיי איז פשט אז ווען נישט וואס זיי מוזן נוצן גוגל סערטש וכדומה וואלט למשל סעמסאנג געקענט מאכן א דיעל מיט יאהו וואס וואלט זיי געצאלט א גרויסע סכום צו לייגן יאהו סערטש אויפן האומפעידזש, און דאס וואלט געקענט געבן א שניט אין פרייז ווען סעמסאנג מאכט אביסל געלט פון יאהו.

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:58 pm

· #4348
Re: קאפי פעיסט פון אייוועלט
טעכנעלאגיע האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:יישר טעכנאלאגיע,
אפשר ביסטו בעסער מסביר פארוואס דאס האט געהעכערט די פרייז? כ'כאפ עס נישט

ווי איך פארשטיי איז פשט אז ווען נישט וואס זיי מוזן נוצן גוגל סערטש וכדומה וואלט למשל סעמסאנג געקענט מאכן א דיעל מיט יאהו וואס וואלט זיי געצאלט א גרויסע סכום צו לייגן יאהו סערטש אויפן האומפעידזש, און דאס וואלט געקענט געבן א שניט אין פרייז ווען סעמסאנג מאכט אביסל געלט פון יאהו.

דעס איז א שטארקע קלאגע
פארוואס איז עס געווארען אפגעווארפען

טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:11 pm

· #4349
די ריכטער פארלאנגט באווייזן דערצו

ראש הקהל » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:16 pm

· #4352
Re: נייעס פון גוגל
שיק אים אריין די תגובה פון קנאפער ידען אויף אייוועלט
ער זאגט דאך זייער ריכטיג אז אויב מען פארהאקט די מעגליכקייט פינעם קאמפעטישען קענען די פרייזען נישט פאלען

אויף וואס דארף מען נאך הוכחות

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:34 am

· #4405
יוטוב קידס
גוגל האט ארויסגעגעבן א פרישע עפפ פאר די ענדרויד און עפל באנוצער מיטן נאמען "יוטוב קידס". די עפפ איז ספעציעל געאייגנט פאר קינדער צו קוקן יוטוב, די בילדער זענען גרעסער, די אייקאנס זענען באלד און ווי אויך קומט עס מיט אן אריינגעבויטע רעד-צו-ווארט פאר די זוך מאטאר. חוץ מזה וואס ס'איז אויסגעשטעלט קאטעגאריעס ספעציעל פאר די קינדער, האט עס אויך "עלטערן-אויפזיכט" מיט וואס די עלטערן קענען אנשטעלן אסאך זאכן, אריינגערעכנט:
-זייגער: געאייגנט אז מ'זאל נישט קענען ליגן א גאנצע נאכט אין בעט אין קוקן ווידיאוס, נאר די עלטערן קענען אנשטעלן אז נאך א שעה וכדו' זאל מען נישט קענען קוקן.
-הערן פראפרענצן: געאייגנט ווען די קינדער שטייען אונטער די מאמעס פיס זאלן זיי קענען קוקן ווידיאוס אנדעם וואס די מאמע זאל ווערן נערוועז פון הערן די קול.
-זוך פראפרענצן: געאייגנט אז די עלטערן זאלן קענען האלטן קאנטראל איבער וואס די קינדער קוקן, די עלטערן קענען מתחילה אריינלייגן וואס די קינדער מעגן אלס זעהן. (דאס קען אגב פירן צו א כשר'ע יוטוב....)

ווי אויך זאגט גוגל אויף זייער בלאג, אז זייער ציל איז צו מאכן 'יוטוב קידס' די בעסטע וואס שייך, און צוליב דעם בעטן זיי יעדעם איינעם צו געבן פידבעק.

ס'איז נישט קלאר פארוואס, אבער אין פאקט ארבעט יוטוב קידס נאר אין די פאראייניגטע שטאטן, גוגל זאגט אז בקרוב וועט עס ארבעטן איבער די גארער וועלט.

Yiddish » דינסטאג פעברואר 24, 2015 3:22 pm

· #4414
Re: נייעס פון גוגל
אכשר דרא !
מען קען שוין מחנך זיין נאך פון די גאר פריע יוגנט יארן צו קוקען יו טוב