קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » שלום עליכם » פרינציפן און תקנות ה'קרעטשמע » פייניגן א ניק, ערלויבט?

פייניגן א ניק, ערלויבט?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #440

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:53 pm

· #4511
פייניגן א ניק, ערלויבט?
א ניק פייניגט מיר אין אישי, און ער רעדט נישט שיין און שעלט.
איז דא א תקנה אויף דעם דא?
אפשר זאל מען עם חוסם זיין?

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:55 pm

· #4515
קודם כל, וואס א חילוק וועלכע ניק ס'איז, דו וואלסט געדארפט שרייבן אז 'עפעס' א ניק פייניגט דיר. ועוד, וואס הייסט ער פייניגט דיר?

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:57 pm

· #4517
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:קודם כל, וואס א חילוק וועלכע ניק ס'איז, דו וואלסט געדארפט שרייבן אז 'עפעס' א ניק פייניגט דיר. ועוד, וואס הייסט ער פייניגט דיר?


שעלט, זידלט וכו'

טעכנעלאגיע » דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:59 pm

· #4519
איך פארשטיי נישט. סתם שעלטן? איך מיין, פארוואס שעלטן ער נישט מיר?

מיין מיינונג » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:06 pm

· #4520
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
ווייל דו שרייבסט ב"ה נארמאלע תגובות

זייגער, דו קענסט באריכטן דיינע אישי'ס, מוזט עס נישט אויספויקן ברבים.

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:09 pm

· #4521
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
מיין מיינונג האט געשריבן:ווייל דו שרייבסט ב"ה נארמאלע תגובות

זייגער, דו קענסט באריכטן דיינע אישי'ס, מוזט עס נישט אויספויקן ברבים.


שכח פאר דיין מיינונג.

ראש הקהל » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:22 pm

· #4523
לכבוד האי גברא רבא הרב זייגער שיחי'
האסט היינט געלאזט פריי דיין פעדער
מעגליך א תינוק הצריך לאמו האט זיך באניצט בגניבה מיט דיין ניק, זע בעתיד צו היטן אויף דיין פעדער.

זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:28 pm

· #4527
Re: לכבוד האי גברא רבא הרב זייגער שיחי'
ראש הקהל האט געשריבן:האסט היינט געלאזט פריי דיין פעדער
מעגליך א תינוק הצריך לאמו האט זיך באניצט בגניבה מיט דיין ניק, זע בעתיד צו היטן אויף דיין פעדער.


טו מיר א טובה און פגע נישט.

מיין מיינונג » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:36 pm

· #4528
Re: לכבוד האי גברא רבא הרב זייגער שיחי'
זייגער האט געשריבן:טו מיר א טובה און פגע נישט.

איך שריי דא אויס בשם כל קהל עדת יראים דקרעטשמע: ישמעו אזניך מה שפיך מדבר!

גרויזאמער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:26 pm

· #4531
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
האלא, הערטס ענק אויף שלאגן דא. ס'נאך קוים דא מנין אויף דעם וועבזאטל.

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 22, 2015 10:21 pm

· #5061
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
זייגער האט געשריבן:א ניק פייניגט מיר אין אלע פארומס, ער שרייבט נישט שיין און ווארפט זיך מיט תגובות אן פשט.
איז דא א תקנה אויף דעם דא?
אפשר זאל מען עם חוסם זיין?

זייגער » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:30 am

· #5062
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
ווענט זיך. ווערט ער אויף דאס פלאץ, און עס באדערט ניקס וואס שרייבן נישט?

פאנטאזירער » מיטוואך מאי 13, 2015 1:50 pm

· #5733
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
איך האב די זעלבע פראבלעם.
איך פרוביר צו ברענגען נייעסלעך, אויפצולעיבן די פלאטץ, און מען אישי'ט מיך אז איך זאל שרייבן.

וואס איז די מעטטער מיט ענק?

מיין מיינונג » מיטוואך מאי 13, 2015 3:14 pm

· #5751
Re: פייניגן א ניק, ערלויבט?
יא, דו האסט די זעלבע פראבלעם.