ווער נעמט קעיר פון משומר?
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #459
ווער נעמט קעיר פון משומר?
איך האב שוין עטליכע מאל זיך באניצט מיט די משומר פילטער, ווען עס קומט צום קרעטשמע סייט מאכן זיי אלץ קונצען דא דארט עפענען זיך נישט אשכולות ווי געהעריג, און שרייבן תגובות איז גענצליך רעסטריקטעט, וואסי פשט דערפון?
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
איך וואלט די אשכול געעפנט און עולם חסד יבנה.
מן הסתם לאזט עס נישט אריין אין א אשכול וואו עס איז דא א יו-טוב קליפ.
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
ניין, עס האט נישט קיין כלל אמאל איז עס דער אשכול און אמאל יענער
און שרייבן תגובות איז קיינמאל נישט ערלויבט דורך משומר
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
א תגובה מהירה אויך נישט? אויב דארט יא, דאן קען זיין וויבאלד די געהעריגע תגובוה פעידזש פארמאגט דאך די אלע ווידעאו אפשנס.
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
גענוג מענטשן דארפן זיי אנרופן און בעטן, וועלן זיי עס מעגליך עפענען.
זייגער האט געשריבן:גענוג מענטשן דארפן זיי אנרופן און בעטן, וועלן זיי עס מעגליך עפענען.
פארוואס געט נישט משומר פריוואטע סערוויס פאר יחידים
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
עס הייסט אז זיי געבן יא, זיי געבן נישט?
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
ניין, ווייל זיי זענען א קהילה.
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
אייוועלט איז אויך געבלאקט??
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
ניין
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
און קאווע שטיבל?
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
יא
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
מיין שאלה האט זיך באצויגן צו גרויזאמערס תגובה, אז מען פארמעקט זיין תגובה (פארוואס?) פארוואס לאזט מען איבער די המשך?
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
בעסער אזוי
זאל מען כאטש זען אז א קאקא קומט משוגע מאכן האט ער נישט קיין ארט דא
צוריק צום ענין ווער איז טאקע דער וואס איז מחליט ביי משומר וואס יא און וואס נישט
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
קאקא זענען די וואס רעדן צו זיך אליינס.....
א מין קרענק דאס!
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
מיט וועלכע רעכט פארציילט איר פאר יעדעם אז אידיש, עסקן, ראש הקהל, מיין מיינונג, זייגער, שלומיאל באלאנגען צו איין מענטש?
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
אלעס איז 'רעלאטיוו'. ווען ס'זיצן דריי מענטשן אויף א 747 דזשאמבאו דזשעט, איז דער פליגער... ליידיג... פארשטייסט? אבער וואס הייסט ליידיג, ס'איז דאך דא דארט דריי מענטשן?
נו פיר אליינס אויס, און כאפ אליינס דעם נמשל.
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
ליידיג איז עס טאקע אבער שמועסן קענען זיי, זינט עס איז דא דארט מער ווי איינער.
ווען איך פאהר אויף א דזשאמבאו 747 און עס איז פול, אבער איינער פון די עטליכע הונדערט מאכן א געראטשקע מערק איך עס נישט.
ווען די פליגער איז ליידיג מיט בלויז 10 פאסאדזשירן און איינער מאכט א געראטשקע מערק איך עס יא און עס מאכט זייער זייער אומבאקוועם.
Re: ווער נעמט קעיר פון משומר?
גרויזאמער האט געשריבן:אלעס איז 'רעלאטיוו'. ווען ס'זיצן דריי מענטשן אויף א 747 דזשאמבאו דזשעט, איז דער פליגער... ליידיג... פארשטייסט? אבער וואס הייסט ליידיג, ס'איז דאך דא דארט דריי מענטשן?
נו פיר אליינס אויס, און כאפ אליינס דעם נמשל.
זאג, וואס איז בעסער זיצן אויף א פולע 747 אין טורד קלעס נעבן א פארשוין מיט א פלייש סורפלאס און א ריח פון געפילטע פיש, אדער אויף א ליידיגע פינעף שטערנל 747 אויסגעשטאטעט מיט אלע באקוועמליכקייט, הא? שעם דיך נישט זאג.
נו פיר אליינס אויס, און כאפ אליינס דעם נמשל.