קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » בעלזע טשעפנאקעס

בעלזע טשעפנאקעס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #462

עסקן » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:04 pm

· #4904
בעלזע טשעפנאקעס
ביי די יעצטיגע וואלן טערמין אין די מדינת ישראל רעגירונג איז דא א שארפע צושפליטערונג ביי די חרדישע רייען וואס שיקן דעפוטאטען אינעם כנסת
די מלחמה קומט פאר סיי אין יהדו''ת און סיי אין ש''ס
ביי די ספרדים שלאגן זיך ארום די פירער פון ש''ס און יחד
ביי די אשכנזים זענען די ליטווישע שטארק צושפליטערט, אין די צייט וואס די דגל פארטיי בראשות רב שטיינמאן הייסען וואוטען פאר ג' טוען די נאכפאלגער פון הרב אויערבאך בויקאטירען די וואלען און גרייטען צו א העפטיגע ווידערשטאנד קעגן ג' צו הייצען די לופט אקעגן וועלן פאר ג', מיט די טענה אז ג' איז היינט א רעכטע מזרחי פארטיי מיט אלע פיטשעווקעס

די ווינדער איז נאר וויאזוי די חצופים לבית בעלזא ריקן זיך אלס אריין זייער חוטם אין אזעלכע פעלער
אין די צייט וואס די אגודת ישראל וואס באלאנגט צו די חסידים האבן פרובירט משכנע צו זיין הגאון רבי שמואל אויערבאך צו קומען זיך מצטרף זיין צו וועלן פאר ג' און האבן פרובירט צו שאפן א געמיינזאמע שטימע
אין דעם זמן טוען די בעלזא פראפאגאנדירער אויפן באפעל פון זייער ראש טשעפען די נאכפאלגער פון הרב אויערבאך מיטן אריינלייגען אינעם המחנה החרדי שטעך עדווערטייזמענטס קעגן הרב שמואל אויערבאך, אויכעט האט דער ראש לבית בעלזא פערזענליך געשיקט א בריוו היינט צום אסיפה וואס דגל האט היינט געמאכט אין די גאסן פון בני ברק צו ציען די מאסן וויילער צו וועלן פאר ג' און זיך נישט לאזן פארפירן פון הרב ש. אויערבאך, עס קוקט אויס פינעם אויסגערעכנטער אקט מצד בעלזא אז זיי ווילען פערזענליך טשעפען דעם הרב אויערבאך שליט''א
וואס וויל דער בעלזער פון הגאון רבי שמואל??  וואס שטערט אים אז עס איז דא א גדול בישראל וואס האט זיין מיינונג?? איז דען נישט בעלז אלס געווען די וואס האבן געשריגען אז מען דארף יעדן רעספעקטירען פאר זייער מיינונג, און אפילו די קוקניקעס און מזרחיסטען דארף מען אנערקענען צוליב זייער רעכט צו האבן א מיינונג, און מכבד זיין יענעם פאר זיין מיינונג

איבערלעבער » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:57 pm

· #4907
Re: בעלזע טשעפנאקעס
פארוואס הייסט א בריוו צו אן עצרת לטובת ג' א פערזענליכע פגיעה אין הרב אויערבך? בעלז גייט דאך אופיציעל מיט ג'??
אגב, על אף וואס דו ביסט ממילא איינזייטיג, מעגסטו פארט פרובירן שרייבן אביסל מער באלאנסירט. ס'וועט פשוט מאכן דאס ליינען אביסל מער אפעטיטליך.

לטובה » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:35 am

· #4909
Re: בעלזע טשעפנאקעס
עסקן דו ביזט ווערט קעש.. דיינע אויסדריקן און טענות זענען פיין.

עסקן » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 4:26 pm

· #4920
Re: בעלזע טשעפנאקעס
איבערלעבער האט געשריבן:פארוואס הייסט א בריוו צו אן עצרת לטובת ג' א פערזענליכע פגיעה אין הרב אויערבך? בעלז גייט דאך אופיציעל מיט ג'??
אגב, על אף וואס דו ביסט ממילא איינזייטיג, מעגסטו פארט פרובירן שרייבן אביסל מער באלאנסירט. ס'וועט פשוט מאכן דאס ליינען אביסל מער אפעטיטליך.

די אסיפה לטובת ג' איז געווען א פערזענליכע אישו צווישען אנשי נצח און אנשי חזו''א 5 אז דער בעלזער שטעקט אריין די חוטם לטובת א צד איז די אפטייטש א פגיעה אישי און הגאון ר' שמואל

אז די ווילסט באלאנסירען די נושא אדרבה פרוביר דו, איך זע נישט דא דעם צד השני בכלל

איבערלעבער » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:07 pm

· #4929
Re: בעלזע טשעפנאקעס
מיט באלאנס האב איך געמיינט אז דו זאלסט פשוט שרייבן ווי איינער וואס איז נישט פערזענליך אינוועסטירט, אפילו אז מ'האט א דעה.
כעת שטעלסטו זיך פאר ווי א באצאלטע פראפעגאנדיסט.

עסקן » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:09 pm

· #4930
Re: בעלזע טשעפנאקעס
נישט שלעכט צוגעטראפען

איבערלעבער » זונטאג מערץ 15, 2015 10:09 am

· #4953
Re: בעלזע טשעפנאקעס
אזוי! וויפיל קריגסטו? פאר די ריכטיגע פרייז טו איך עס אויך.

בולעטין » זונטאג מערץ 15, 2015 11:00 am

· #4956
Re: בעלזע טשעפנאקעס
פאר געלט? חלילה

פאנטאזירער » דינסטאג מאי 12, 2015 4:54 pm

· #5706
Re: בעלזע טשעפנאקעס
בעלזע רבי איז געפארן צו בעלז נעכטן פאר די אייניקל'ס חתונה

שלומיאל » דינסטאג מאי 12, 2015 5:12 pm

· #5711
Re: בעלזע טשעפנאקעס
פאנטאזירער האט געשריבן:בעלזע רבי איז געפארן צו בעלז נעכטן פאר די אייניקל'ס חתונה

מקור?

ראש הקהל » דינסטאג מאי 12, 2015 5:14 pm

· #5713
Re: בעלזע טשעפנאקעס
ער איז שוין צוריקגעקומען אויך
אזוי האבן די בעלזע פארשפרייט אין די נייעס

פאנטאזירער » דינסטאג מאי 12, 2015 6:13 pm

· #5719
Re: בעלזע טשעפנאקעס
שלומיאל האט געשריבן:
פאנטאזירער האט געשריבן:בעלזע רבי איז געפארן צו בעלז נעכטן פאר די אייניקל'ס חתונה

מקור?


בחדרי

שלומיאל » דינסטאג מאי 12, 2015 6:27 pm

· #5720
Re: בעלזע טשעפנאקעס
אה יעצט זעה איך שוין

עסקן » מאנטאג יולי 18, 2016 9:02 am

· #7202
Re: בעלזע טשעפנאקעס
אין בעלז טשעפעט מען די דע"ת פין די פריערדיגע גדולים נ"ע

ליינט און שטוינט
m https://drive.google.com/file/d/0B3ueQD ... sp=sharing m

מיין מיינונג » מאנטאג יולי 18, 2016 12:59 pm

· #7216
Re: בעלזע טשעפנאקעס
זיי מאכן עס אין ישיבות?