קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » קאמפיוטער און טעכנאלאגיע » קען מיר עמיצער העלפן?

קען מיר עמיצער העלפן?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #466

Yiddish » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:29 pm

· #4976
קען מיר עמיצער העלפן?
ביים זיך איינשרייבן אין טעלעגראם ברויך מען האבן א נומער, וויאזוי מאכט מען זיך א נייע נומער

אזוי אויכעט וויל איך וויסן וויאזוי מען מאכט א גאגל וואויס נומבער, און עס קענען ניצן פאר טעלעפאן קאלס קיין אויסלאנד

טעכנעלאגיע » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:34 pm

· #4977
א גוטן הרב אידיש.
לכתחילה פארלאנגען זיי אז מ'זאל נוצן די געהעריגע נומבער.
אבער אזוי ווי דו קענסט זעהן, אין מיין חתימה האב איך געשטעלט א נומבער וואו מ'קען מיר קאנטעקטן און כמובן איז עס נישט מיין געהעריגע נומבער.
ס'איז דא עטליכע פירמעס וואס שטעלן צו בחינם נומערן וואס מ'קען נוצן. ובתוכם גוגל וואויס.
אזוי ווי דו האסט געפרעגט וועגן גוגל וואויס, וואלט איך דיר טאקע געראטן צו מאכן א גוגל וואויס, און די וועג וויאזוי מ'מאכט עס איז דורכן גיין צו w www.google.com/voice w

Yiddish » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:37 pm

· #4978
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
א דאנק

אויף גוגל וואויס באקומט מען אויך טעקסט מעסעדזשעס?

טעכנעלאגיע » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:13 pm

· #4980
וודאי

טעכנעלאגיע » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:49 pm

· #4986
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
יעצט באמערקט אז איך האב דיר נישט גענטפערט אויף דעם

Yiddish האט געשריבן:און עס קענען ניצן פאר טעלעפאן קאלס קיין אויסלאנד


אויף דעם איז די תירוץ מ'דארף ארויפלייגן געלט.
די איינציגסטע וואו זיי לאזן רופן בחינם איז אין יו עס עי און קאנאדא

פאנטאזירער » דינסטאג מאי 12, 2015 4:55 pm

· #5707
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
ווי איז טעכנאלאגיע פארשוואונדען? איך דארף הילף מיט עפעס.

טעכנעלאגיע » מאנטאג מאי 23, 2016 9:53 pm

· #6678
שלום, צוריק אויף א וויילע...
איך בין משוגע פארנומען ב"ה
איך האף צוריק ארויפצוקומען מפעם לפעם

שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 3:31 pm

· #7329
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
יזכר לך עתה אתמול אשר דברת צוריק ארויפצוקומען מפעם לפעם

יאהאן » דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:16 pm

· #7405
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
פאנטאזירער האט געשריבן:ווי איז טעכנאלאגיע פארשוואונדען? איך דארף הילף מיט עפעס.

טעכנעלאגיע איז נישט דער איינציגסטער וואס קען העלפן... פרעג נאר פרעג און די פויערן דא אין קרעטשמע וועלן אייך פראבירן צו העלפן.

שלומיאל » דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:44 pm

· #7408
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
איך בין גרייט צו ענטפערן עד כמה שידי מגעת

טעכנעלאגיע » זונטאג יולי 24, 2016 6:43 am

· #7432
פרעג קלאר וועט מען בעז"ה העלפן

שלומיאל » זונטאג יולי 24, 2016 10:47 am

· #7434
Re: קען מיר עמיצער העלפן?
שלום עליכם טעכנעלאגיע!
לאנג טיים נאו סי יו

מיר באגריסן גאר שטארק אייער צוריקקער