קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » קאמפיוטער און טעכנאלאגיע » נייעס פון טוויטער

נייעס פון טוויטער

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #467

טעכנעלאגיע » דינסטאג מערץ 17, 2015 4:55 pm

· #4985
נייעס פון טוויטער
טוויטער האט צוגעלייגט אן אפציע צו העלפן באנוצער איבערגעבן אומלעגאלע אינהאלט צו די לאקאלע געזעץ ענפארסמענט אגענטורן.

די אפציע איז געווארן צוגעלייגט צו די עקזיסטירענדע באריכט דעם טוויט אפציע. נאכן באריכטן א טוויט צו די טוויטער באהערדע, האט די באנוצער די אפציע צו באקומען אן אימעיל מיט די תוכן הבאריכט, וואס ענהאלט די טוויט, א לינק דערצו, די צייט וואס איז געווארן געטוויט און א לינק צו די באנוצער וואס האט עס געשיקט.

די באריכט, וואס איז געצילט אז ס'זאל אנקומען צו די געזעץ ענפארסמענט אגענטורן, האט אויך א לינק צו טוויטערס טערמינען זייטל וואו ס'ווערט ארומגערעדט איבער וויאזוי מ'מעג נוצן פריוואטע אינפארמאציע.

ס'איז אויף דער וואס באריכט עס די החלטה אויב ער וויל עס איבערגעבן פאר די לאקאלע באהערדע.


בשעת'ן דיוועלעפן די אפציע האט טוויטער באקומען פאזיטיווע 'פידבעק' פון א רייע אגענטורן.


פאר מער: דא

האסטו געהערט אזאנס? » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:14 am

· #10016
Re: נייעס פון טוויטער
ב"ה איינער נעמט שוין קעיר.