קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » וואס איז די דין? (בחירות)

וואס איז די דין? (בחירות)

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #469

Yiddish » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:54 pm

· #4990
וואס איז די דין? (בחירות)
זייער אסאך וואוטס אין ארץ ישראל פון די חרדים זענען געגאנגען לטמיון
איז יעצט יעדע ליבאוויטשער וואס האט געוואוט פאר יחד ממש איינס מיט די סאטמארער?
מעג מען לייגן א צעטיל אין קלפי ווען די קול וועט למעשה גארנישט ווערד זיין פאר קיינעם?

זייגער » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:56 pm

· #4991
Re: וואס איז די דין? (בחירות)
איך ווייס נישט.

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 18, 2015 3:02 pm

· #4992
Re: וואס איז די דין? (בחירות)
פארוואס נישט אין עולם התורה, אדער היכל השקפה?

קען מען וויסן פאראויס אז א קול וועט גיין לטמיון?

Yiddish » מיטוואך מערץ 18, 2015 3:09 pm

· #4993
Re: וואס איז די דין? (בחירות)
עס איז דא פארטייען וואס האבן נישט קיין שום שאנס צו געווינען

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 18, 2015 3:12 pm

· #4994
Re: וואס איז די דין? (בחירות)
אויב ווייס איך גוט איז די סיסטעם אז מען רעכנט לויט פראצענט, וויפיל פראצענט מען האט אנגעצויגן, אויב אזוי טוט דאך יעדע שטימע ציילן, ניין?

Yiddish » מיטוואך מערץ 18, 2015 3:15 pm

· #4995
Re: וואס איז די דין? (בחירות)
אבער דער קול וואס גייט אין גארבעדזש האט נישט קיין שליח אינעם כנסת
האט דער מענטש למעשה נישט קיין יד אינעם רעגירונג, לכאורה

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 18, 2015 3:34 pm

· #4996
Re: וואס איז די דין? (בחירות)
שליחות איז דאך נאר איינס פון די פראבלעמען וואס ווערן אויסגערעכנט אין ויואל משה, ער שרייבט דאך אז דאס עצם אנטייל נעמען אין בחירות איז א הודאה אין די ממשלה.