קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » תורה ויהדות » היכל השקפה » היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא

היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #477

שענקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:18 pm

· #5170
היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
שאלה:

מעג מען אריינטרעטן אין קאווע שטיבל (ימ"ש) יעצט אז ס'קומט פאר אן היסטארישער טויש לטובה? איז עס אונזער פליכט, אלס ערליכע אפגעהיטענע אידן, צו פרובירן ראטעווען די פארלוירענע נשמות?

פארשטייט זיך מיט א חברותא וואס זאל דיר אפהאלטן פון נכשל ווערן מיט דברי שחץ נגד ה' ותורתו.

שלומיאל » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:19 pm

· #5171
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
דו שרייבסט ימ"ש און דערנאך האסטו נאך א ספק צו מ'מעג?

שענקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:21 pm

· #5172
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
ציונים זענען אויך ימח שמם און ס'איז דא שיטות וואס האלטן מ'דארף זיי מקרב זיין.

שלומיאל » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:24 pm

· #5173
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
דעמאלס טוה די זעלבע ווי ביי די ציונים

וואס איז דיין שיטה ביי די ציונים?

שענקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:27 pm

· #5174
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
ס'מיר נישט אזוי נוגע. איך וואוין נישט אין אר"י. ק"ש משא"כ איז אפגעפארענע היימישע אידן רח"ל

שלומיאל » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:30 pm

· #5175
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
בקיצור דו פרעגסט פון אונז פשוט'ע קרעטשמעריסטן א שאלה חמורה "אליבא דהלכתא"

מיר זענען עפעס דיינים?

גרויזאמער » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:43 pm

· #5176
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
מעגסט זיך שעמען שענקער, דו ווארפסט אריין הוא אמינא'ס מיט ספיקות כילו ס'דא אפילו א מהלך פון זיך מקרב זיין צו די ק''ש ימח שמוניקעס. שעם אן יו! רבים חללים הפילו, איך האלט פונקט לעצטענס מיט א קעיס פון א פרומע אינגערמאן וואס האט פון איין טאג אויפן צווייטן אויפגעהערט צו קלאפן אויפן הארץ ביי סלח לנו, זיין רב האט נאך חקירות אויסגעפונען אז ער ליינט ק''ש בעיקר צימעס.
ווי נעמטסו אזא פרעכקייט פון אריינווארפן ספיקות אויף אזא ווייטאגליכע נושא??

שלומיאל » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:47 pm

· #5177
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
גרויזאמער האט געשריבן:

פארוואס רעדסטו צו זיך אליינס?

זייגער » דינסטאג מערץ 24, 2015 4:54 pm

· #5178
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
דער קש מאכט נישט קיין שום טויש.
זיי ווילן נאר פארטושן די מוחות אריינצוכאפן די ערליכע קרעטשמע אידן.

מיר וועלן זיך נישט לאזן!! בחרב ובחנות נלך למלחמה!!!

מיר וועלן זיך שלאגן און מיר וועלן קעמפן!
לא נכרא ולא נשתחווה צו זייערה עבודא זרע!!!

גרויזאמער » דינסטאג מערץ 24, 2015 5:16 pm

· #5179
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
שלומיאל האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:

פארוואס רעדסטו צו זיך אליינס?

ווען ס'איז נוגע אידישקייט דארף מען אפילו שרייען צו זיך אליינס!!!

Yiddish » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:24 am

· #5181
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
איך פארשטיי נישט די שאלה

זענען זיי דען געווארן בעלי תשובה??

יעצט אויף די מינוט לוינט זיי דער מהלך ווייל עס האט נישט געטויגט די אלטע וועג
די מינוט וואס זיי ווערן צופרידן קערן זיי זיך צוריק צום אלטן משכילישער טריפהנע מהלך וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט ביי זייער גרינדונג

מען קען זיי נישט געטרויען

גרויזאמער » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:42 am

· #5182
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
זיכער האט נישט געטויגט די אלטע וועג! זיי פלאנען אנצוהויבן נאכגיין קרעטשמע'ס וועג, זיי גיין בקרוב אויפנעמען א מנין זוכער! ווייל קרעטשמעס וועג טויג...

Yiddish » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:46 am

· #5183
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
@גרויזאמער קאווע שטיבל איז פארעכנט ביי יעדן נארמאלען רעכדענקענדער איד, אלס א סייט ווי דראפאוטס און משוגעים זוכן צו ארויסגעבן העיט און ווייטאג אויף אידן

עס איז פארשטענדליך זייער דראנג פאר א נייע צורה

גרויזאמער » מיטוואך מערץ 25, 2015 12:02 pm

· #5184
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
וואס ביי דיר איז נארמאל און רעכטדענגיק איז ביי א צווייטן משוגע און קרום.
יא, די עסטעבלישמענט האס'ט ק''ש ווייל אין ק''ש ווערן זייערע קארופטירטיקייט אויפגעדעקט ווען ס'פעלט זיך אויס.
ק''ש חי וקים!

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 25, 2015 12:05 pm

· #5185
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
אינטערעסאנט אז דערווייל האבן זיי נאך נישט עפעס א מוסד אדער כאטש א ביהמ"ד וואו די א. ג. ברייטע קעפ זאלן קענען האדעווען זייערע קינדער אויף זייער אייגנארטיגן גאר גוטע סיסטעם, וואס איז טאקע פשט? זאלן זיי עפענען און ווייזן די פירות

גרויזאמער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:08 am

· #5224
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
Yiddish האט געשריבן:עס איז פארשטענדליך זייער דראנג פאר א נייע צורה

:lol: :lol:
געמיינט ביזט קלוגער... ס'געווען א אפריל פולס וויץ.

זייגער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:11 am

· #5228
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
זיי רעדן ענק איין, ווייל זיי זען אז זיי פארלירן די מאכט

שלומיאל » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:22 am

· #5240
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
גרויזאמער האט געשריבן:
Yiddish האט געשריבן:עס איז פארשטענדליך זייער דראנג פאר א נייע צורה

:lol: :lol:
געמיינט ביזט קלוגער... ס'געווען א אפריל פולס וויץ.

יעצט רעדסטו שוין זיכער צו זיך אליינס, ס'שוין מער נישט נוגע אידישקייט.

גרויזאמער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:35 am

· #5254
Re: היסטארישער טויש אין קאווע שטיבל - אליבא דהלכתא
שלומיאל האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:
Yiddish האט געשריבן:עס איז פארשטענדליך זייער דראנג פאר א נייע צורה

:lol: :lol:
געמיינט ביזט קלוגער... ס'געווען א אפריל פולס וויץ.

יעצט רעדסטו שוין זיכער צו זיך אליינס, ס'שוין מער נישט נוגע אידישקייט.

זיכער נאך נוגע. ס'געווען א וויץ און מען טאר נישט אהינגיין!