חיזוק פאר בחורים העכער 25
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #484
חיזוק פאר בחורים העכער 25
ווער קען משיג זיין די צער און ענגשאפט פון א עלטערע בחור? במילא מען איז נאך אינטער 25 האט מען נאך חברים, אבער אויב מען איז שוין 25 אין די בעשערטע איז נאך נישט אנגעקימען איז אזוי שווער זוך צו האלטען שטארק. דיין גאנצע קלאס איז חתונה געהאט אין יעדער איז ביזי מיט זיין שטוב. ווי אזוי קען מען אנגיין אין זיך האלטען שטארק?
דעס שרייבט א בחור וואס פילט אז ער האלט עס נישט אויס.
יישר כח. יעדע ביסל חיזוק וואס מ'געט, גייט זיין א טובה.
און אויך טראכטען ווי אזוי מען קען העלפען דעי בחורים. ריפען אויף סעודות, ארויס נעמען אויף א שפאטיצער, אדער סתם געבען א קאל, אדער א טעקס, פרעגען וואס ער מאכט.
טראכט! אויב די האסט א חבר וואס איז העכער 25 אין האט נאך נישט געטראפען זיין באשערטע.טראכט פון עם. האב עם אינזין.
דער בעשעפער זאל העלפען קיינער זאל נישט וויסן וואס עס מיינט דעס דורך צי גיין.
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
זאגסט גוט. מיין מיינונג איז אלעמאל אז מען דארף טראכטן אז אלעס איז לטובה. איך קען אסאך וואס באנעצן די בעט יעדער נאכט, און זיי זענען נאכנישט געהאלפן געווארן, אבער מען ברויך פארשטיין אז געדולד איז אלעס.
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
זייגער האט געשריבן:איך קען אסאך וואס באנעצן די בעט יעדער נאכט.
מיין קליינער 4 יעריגער באנעצט אויך די בעט יעדע נאכט...
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
4 יאר אלט?
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
חוץ ווען ער טוט אן א פעמפער
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
פליז האלטען צי סאבדזשעקט
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
מ'דארף זיי טרעפן סיפוק און אויך שיקן קיין א"י למשל וואו ער קען טרעפן אזעלכע וואס זענען אין זיין מצב
איך האב חתונה געהאט ביי די 22 איך זעי נישט וואס איך האב פארפאסט מ'דארף פשוט טרעפן סיפוק אין לעבן און שוין די עצם זאך אז מ'איז נאכנישט חתונה געהאט איז נישט געפערליך
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
איך קען גראדע אזא בחור, ממש א טשאטשקע פון א בחור (פערל פון בארא פארק), ווען איך טרעף אים בין איך אים מחזק מיט א גוט ווארט.
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
מענין לענין, נעכטן איז א בחור פון 50 יאר (דאפלט פון 25 ווען מ'דארף שוין האבן חיזוק) א חתן געווארן.
חתן דנן וואוינט אין לאנדאן.
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
שלומיאל האט געשריבן:איך קען גראדע אזא בחור, ממש א טשאטשקע פון א בחור (פערל פון בארא פארק), ווען איך טרעף אים בין איך אים מחזק מיט א גוט ווארט.
וועלכע פערל
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
גאר א חשוב בחור, דער וואס האט געארבעט אמאל ביי ובלכתך בדרך.
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
יא יא האט געשריבן:מ'דארף זיי טרעפן סיפוק און אויך שיקן קיין א"י למשל וואו ער קען טרעפן אזעלכע וואס זענען אין זיין מצב
איך האב חתונה געהאט ביי די 22 איך זעי נישט וואס איך האב פארפאסט מ'דארף פשוט טרעפן סיפוק אין לעבן און שוין די עצם זאך אז מ'איז נאכנישט חתונה געהאט איז נישט געפערליך
גערעכט מען דארף זיי שטארק מחזק זיין און ווייזן מיטגעפיל
וועגן שיקן אויף אר''י איז גוט קודם צו פארזיכערן אז ער ווערט גוט באגלייט דארטן און נישט חלילה אריינפאלען אין צובראכענע גריבער פון וואס מען קריכט שווער ארויס ר''ל
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
רובא דרובא בחורים וואס האבן זיך געהאלטן ביז די צוואנציג האלטן זיך געווענליך ווייטער
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
נישט ריכטיג
עס איז דא וואס אין אמעריקא אינטער זייער פאטערס שוץ זענען זיי ערליך, אויף די פריי באקומט מען פליגלעך
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
נאך די 20 אויך ? איך מיין אז געווענליך נישט אלס איז דא א יוצא . אבער בכלליות מיין איך אז בחורים האלטן זיך איינמאל זיי ווערן העכער די טינעיזש
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
אפשר שיקט מען אהער די עלטערע בחורייים זיך צו טרייסטן?
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
קודם זאל זיין דא מער יונגעלייט .........
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
יא יא האט געשריבן:קודם זאל זיין דא מער יונגעלייט .........
סיז דא
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
נאר וואס איז די שטילקייט דא ?
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
יא יא האט געשריבן:נאר וואס איז די שטילקייט דא ?
מען שפארט אויס ניקס, איז וואס ווילסטו?
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
זייגער האט געשריבן:יא יא האט געשריבן:נאר וואס איז די שטילקייט דא ?
מען שפארט אויס ניקס, איז וואס ווילסטו?
און לכבוד דעם ביסטו צוריק געקומען מיט א נייע ניק ? .............
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
היינט איז ב"ה א בחור אלט 29 א חתן געווארן מיט א מיידל פון 19 יאר למז"ט
שטעלט אייך פאר ווען ער איז אלט געווען 19 איז זי נאך אלט געווען 9 נאך קוים ראוי צו חתונה האבן......
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
יא יא ווען גייט זיין מיין טאג
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
אנפין, געב נישט אויף. טו אבער השתדלות אוועקצולייגן געלט יעצט, וועט דיר דיין לעבן פיל גרינגער זיין.
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
הלוואי היינט השם זאל דיר העלפן ווי שנעלער זאלסט וויסן אז די זעלבע באשעפער וואס האט דיך אראפגעברענגט אויף די וועלט אויף די מערסטע קאמפליצירסטע און אוםפארשטענדליכסטע וועג וואס קען נאר זיין ער באגלייט דיר יעדע מינוט און ער וועט ליכטיג מאכן דיין קאמפליצירסטע פראבלעמען
און ביי די וועי ווי אלט איז דיין כלה ווייסטו שוין ?.......
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
פאנטאזירער האט געשריבן:אנפין, געב נישט אויף. טו אבער השתדלות אוועקצולייגן געלט יעצט, וועט דיר דיין לעבן פיל גרינגער זיין.
פאנטאזירער זאגט א פוינט כאפ אריין יעצט
אסאך אירע זענען דיר מקנא אז די קענסט יעצט אריינכאפען זיך צוצוגרייטען א מקום דירה און א שיינע פרנסה נאך איידער עס פאלט ארויף די לאסט אויפן קאפ
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
איך ווייס פון 2 3 עלטערע בחורים וואס האבן זיך זייער שיין עסטעבלישט מיט פרנסה און אפי' ביזנעס . היינט מיט עמעזאן איז עס גאנץ גרינג נישט ממש גרינג אבער ס'איז א מציאות
Re: חיזוק פאר בחורים העכער 25
די בעסטע פעולה פאר אן עלטערן בחור וואס געהט נאך דערווייל נישט קיין ישועה איז קודם אוועק פון דערהיים פאר לערנען איו א"י אדער עני דארמעטארי ווי ער גייט זיך פילען אין פלאץ ווייל סתם מיטצוהאלטען די אנגעצויגענקייט וואס די עלטערן האבען מאכט נאר ערגער די מצב לע"ד