קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?

קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #494

לייבל נסתר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:47 am

· #5432
קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
שלום חברים,
כ'האב א אינטערעסאנטע חקירה,
מען זעהט אמאל מענטשען וואס מאכען אסאך מיט אז ס'קען אמאל זיך אויסשפילען אויף זייער באנעמונג מיט אנדערע,
די שאלה איז אזוי:
צו די עצם יסורים אדער שוועריקייטען קען אנטוויקלען מידות רעות, אדער ניין, נאר ס'ברענגט נאר ארויס וואס איז באהאלטען טיעף אינווייניג, אבער טאמער דער מענטש איז ריין פין אינווייניג וועט ער בלייבען גוט טראץ די יסורים, די יסורים וועט זיין כפרת עוונות צי מער לייטערן זיין זעהל,

נאכדעם איז די שאלה פארקערט אויך צי גוטע צייטען פאר א מענטש אנטוויקעלט גוטע מידות און גוטמוטיגקייט אדער ס'ברענט נאר ארויס דעי זייט פין די מענטש טאמער ער האט עס אין זיך,

sent using tapatalk app

זייגער » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:00 am

· #5434
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
ווען א מענטש איז מדוכא ביסורים, וועט זיין קאפ און מח נישט ארבעטן ווי געווענליך. וויפיל פון אונז זענען שוין געווען מיט א זיידע אדער באבע אין שפיטאל, און מען זעט ווי זיי קענען געבן פסקים און אנשרייען. ס'איז נישט זיי, ס'איז פשוט אז פון יסורים ווערט מען אזוי.

לייבל נסתר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:23 am

· #5436
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
יא, אבער ס'נישט ביי יעדעם אזוי, און דאס ווייזט אז ס'דא נאך א שטיקל צי די פאזעל,

sent using tapatalk app

זייגער » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:30 am

· #5439
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
עס איז אזוי ביי יעדער 'רעגולאר ' מענטש.
איינער וואס איז נישט אזוי, איז פשוט א אויסגעארבעטער מענטש.

לייבל נסתר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:50 am

· #5445
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
נו, סאו דאס מיינט לכאורה אז יעדער "רעגולר מענטש" האט אפשר אביסל מידות וואסי נישט בסדר,


sent using tapatalk app

לייבל נסתר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:52 am

· #5447
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
ווען מען ווערט אלט איז שוין שווער צי קאנטראלירען די מידות,
משא"כ ווען ס'נישטא קייו שחעכטע מידות איז נישטא וואס צי נישט קענען קאנטראלירען

sent using tapatalk app

זייגער » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:52 am

· #5448
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
דער מענטש איז נישט אין טשארדזש פון זיין מח, ווען ער האט יסורים

לייבל נסתר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:55 am

· #5449
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
און דאס מיינט אז וואס ס'איז דא אין הארץ קומט ארויס אין פאבליק

sent using tapatalk app

עסקן » פרייטאג אפריל 24, 2015 11:02 am

· #5476
Re: קען יסורים דעוועלאפען שלעכטע מידות ?
לייבל נסתר האט געשריבן:שלום חברים,
כ'האב א אינטערעסאנטע חקירה,
מען זעהט אמאל מענטשען וואס מאכען אסאך מיט אז ס'קען אמאל זיך אויסשפילען אויף זייער באנעמונג מיט אנדערע,
די שאלה איז אזוי:
צו די עצם יסורים אדער שוועריקייטען קען אנטוויקלען מידות רעות, אדער ניין, נאר ס'ברענגט נאר ארויס וואס איז באהאלטען טיעף אינווייניג, אבער טאמער דער מענטש איז ריין פין אינווייניג וועט ער בלייבען גוט טראץ די יסורים, די יסורים וועט זיין כפרת עוונות צי מער לייטערן זיין זעהל,

נאכדעם איז די שאלה פארקערט אויך צי גוטע צייטען פאר א מענטש אנטוויקעלט גוטע מידות און גוטמוטיגקייט אדער ס'ברענט נאר ארויס דעי זייט פין די מענטש טאמער ער האט עס אין זיך,

sent using tapatalk app


עס איז זיכער אז א מענטש קען דורך זיין שווערע מצב גרינגער צוקומען צו ווערן געוועלעפט אלס א שלעכטער
און דאס זעלבע דאס פארקערטע
מען דארף נאר געניג שטאף אנגרייטען אין די זיסע זמנים אז מען זאל נישט כאפן התפעולת פון די שווערע מאמענטן