קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » דער קרעטשמע • מעלדונג

דער קרעטשמע • מעלדונג

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #525

יא יא » מאנטאג יוני 15, 2015 3:43 pm

· #5927
געדאנקען
היות אז די קרעטשמע דא שלאפט האב איך געקלערט צו עפענען א אשכול ווי יעדער וועט ארויסגעבן זיינע געדאנקן יעדער האט דאך איינמאל פלעינע אינטערסאנטע געדאנקן צו זאל זיין סתם אינטערסאנט תורה געדאנקן כמו פיליזאפישע געדאנקען וכדו' און אזוי ווייטער

איך וועל אנהייבן מיט א געדאנק וואס איך בין צוגעקומען פון די עסקעיפ פון די צוויי מערדער

מ'זעיט ווי ווייט תאות הנצחון פירט א מענטש לאמיר אריינטראכטן ס'איז נישטא גענוג שעדליכע מענשטן אויפ'ן גאס דארט לייגסטו נישט אוועק אזעלכע כוחות פונקט דא אזעלכע משונהדיגע כוחות נארוואסדען ?

ער האט מיר אויסגעשפילט ער האט דאס געטון אונטער מיין נאז ער שטייט און לאכט פון מיר אה דאס נישט

געשריבען אביסל בקיצור

Yiddish » מאנטאג יוני 15, 2015 8:05 pm

· #5929
Re: געדאנקען
אן אמתער געדאנק

אבער די סיבה פון אנווענדן אלע כוחות זיי צו כאפן איז אויכעט ווייל די גאווערמענט האט מורא אז די חברה פריזנער'ס גייען זיך אפלערנען אז מען קען אנטלויפען

יא יא » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:21 pm

· #6012
Re: געדאנקען
נעכטן נאכט בין איך געווען מסופק צו איך זאל געבן פאר מיין קליינעם איר באטל וואוסענדיג אז זי דארף צו זיין הונגעריג אבער איך האב געקלערט אז זי שלאפט זאל זי שלאפן מסתם איז איר הונגער נישט אזוי שטארק

סיי ווי זוי איך ליג אין בעט ווען איך הער די געוויין פונעם קליינעם און ווי א געטרייע טאטע זיך שנעל אויפגעכאפט אראפגעלאפן פון בעט געלאפן צום קינד געבן איר שפייז איר זאט צו מאכן

גייענדיג צוריק צו מיין מנוחה קלער איך ביי מיר אזא געדאנק אז פונקט ווי א מענטש די זעלבע איז בין אדם לאבינו שבשמים א מענטש קען אמאל טראכטן איך דארף דעס איך דארף יענס און ער ווערט נישט געהאלפן אבער ווען דער בורא זעהט זיין קינד וויינט דעמאלט עפנט זיך די שערי רחמים