עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
170 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #529
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
אנקעטעס ווייזן אז קלינטאן האט געווינען די לעצטע דיבאטע מיט א היבשע אויבערהאנט
איך האב שוין אויפגעגעבן אויף דאנעלד טראמפ, הילערי קלינטאן איז אונזער 45טע פרעזידענט...
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
די FBI האט געטראפן פרישע אימעילס אויף א קאמפיאטער וואס זיי פארשן יעצט אויס צו עס האט הילערי ביסברויכן.
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
קיקט שוין יא אויס א שטיקל מעגליכקייט פאר טראמפ עס צו מאכן
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
א שטיקל מעגליכקייט איז דא אבער עס וועט ווארשיינדליך נישט פאסירן, אחוץ אויב קומט אפיר עפעס אויסערארנטליך וואס זאל אינגאנצן אונטערברענגען קלינטאן
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ווילאנג ער לויפט האט ער א מעגליכקייט אבער זיין מעגליכקייט איז יעצט געשטיגן פון 0 צו 50
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
עס איז קלאר אז זיין מאמענטאם ווערט שטערקע און שטערקער אויף א גאר שטארקע פארנעם!
געווינען? קען זיין אבער נאך אלץ א שוועכע שטאנס נעמנדיג אין באטראכט אז די עלעקטאראלע מאפע איז נישט אזוי אויף זיין זייט, קלינטאן שטייט היבש בעסער
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
גערעכט
די שאלה איז נאר צו די סטעיטס האבן זיך געטוישט ?
נאך מער ער דארף נישט מער ווי עטליכע פון די סטעיטס אויב גייט ער ווי ביז יעצט און ס'שטעלט זיך נישט אפ (וויטש דאזענט מעיק סענס) קען אים נאך געלונגען צו מאכן די זאך
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
די שטעט טוישן זיך אין גרויסן לטובתו! די שאלה צו עס וועט אנהאלטן אדער ס'איז געווען א ספייק און שוין
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
די עלעקשאן איז יעצט תלוי [אין גרויסן גאט! יעעע... ביגטיים!] אין אפאר שטעט ווי פלארידע ניו העמפשער פענסילוועניע.
ס'איז קריטיש! די טשאנסן זענען דערווייל אויף קלינטאל'ס זייט.
כוסעין באמבא פראטעסטירט אממ... כ'מיין קאמפיינט פאר 'קאראפשן און ליגנט' עי... ניין... כ'מיין 'האופ און טשעינדש' יוש... ניין... כ'מייציזאגן הילערי קלינטאן, ער שלעפט ארויס ריזיגע מאסטן אויפגעהייטערטע מענטשן!
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יאהאן ווען גייסטי זיין מער צוקלאפט
אויב קלינטאן פארלירט אדער טראמפ
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
איך גיי (האפנטליך) נישט זיין צוקלאפט אפגעזען די אויסגאנג פון די וואלן זינט איך בין א איד און מיר ווייסן אז השי"ת פירט די וועלט און וויאזוי ער פירט אזוי דארף זיין און נאר אזוי איז גוט!
אבער אויב חילעריע (קרעדיט: אייוועלט...) געווינט גיי איך זיין פארוואונדערט און זייער נייגעריג ווי אזוי דאס גייט זיין גוט... איך קען דאס נישט זען פאסירן דערווייל...
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
טאמער זי געווינט גייט גארנישט געשען ספעציעיל חוץ אז אמעריקא גייט ווערן לינקער און מער ליבעראל און ס'גייט זיין נאך אפאר דיעלס אונטערן טיש מיט אנדערע פירער פון די וועלט פון די בעסטע ביז די ערגסטע דאס מערסטע וועט מען דארפן א ברעקזיט און יארן פון יעצט
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
מה נאמר ומה נדבר
איך האב שוין אויפגעגעבן
הילערי וועט דאס מאכן
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ברעיקינג! יאהאן פון קרעטשמע האט נארוואס 'געקאאלט' די עלעקשאן פאר "הילערי ראדהאם קלינטאן" וואס האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן צום ווייסע הויז!
די אנדערע נייעס סטאנציעס זענען ערווארטעט עס צו מעלדן מארגן אזא צייט צוליב טעכנישע סיבות.
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יאהאן ס'איז פיינע נייעס ב''ה מען טאר נישט אויף געבן
טראמפ גייט אויף גיטע טרעקס!!!!!!!!!!
א נחת צו זעהן
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
יא דאס איז אמת! טראמפ האט יעצט אויף די מנוט א 94% (נישט קיין טעות! פיר און ניינציג!) צו זיין די קומענדיגע פרעזידענט!!!
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
ברעיקינג!!! 'יאהאן ענד קא.' איז פרייליך ביך גאר צו מעלדן אז מיר זענען געווען "ראנג" מיטן פאראויסזאגן אז קלינטאן גייט געווינען, די איצטיגע מציאות איז אז "דאנעלד טראמפ" איז די 45סטע פרעזידענט עלעקט פון די יונייטעד סטעיטס!!!
יחי!
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
די וואלן זענען אפציעל אווער! דאנעלד טראמפ האט נעכטן געגעבן זיין וויקטארי ספיעטש, און הילערי האט היינט געגעבן איר קאנסעשאן ספיעטש!
איך ווארט שוין אויף די נעקסטע וואלן...
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
איבערלעבער האט געשריבן:מיין פרעדיקציע= אויב לויפט ער קעגן קלינטאן געווינט ער, אבער קעגן סענדערס נישט.
דאס האב איך געשריבן פעברואר 24 אויפן ערשטן בלאט פונעם דאזיגן אשכול.
Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן
שטוינענדע נייעס ווי ווייט טראמפ האט אראפגעריקט קלינטאן פין די מאפע
ד"י
יא, מען האלט שוין 3 וואכן נאך די פרעזידענט וואלן, אבער מישיגען עלעקשאן באאמטע האבן ביז נעכטן נאכנישט אפיציעל געהאט דערקלערט ווער עס האט געוואונען די סטעיט, צוליב דעם שמאלן דיפערענץ אין אפגעגעבענע שטימען צווישן טראמפ און קלינטאן. נעכטן איז אפיציעל דערקלערט געווארן אז דאנאלד טראמפ האט געוואונען מישיגען, קריגנדיג 47.6 פראצענט (2,279,543 שטימען) קעגן 47.4 פראצענט (2,268,839 שטימען) פאר פרוי קלינטאן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס א רעפובליקאנער געווינט מישיגען זינט 988', ווען דזשארדזש עיטש בוש האט געוואונען די סטעיט. טראמפ האט באקומען די פרישע 16 עלעקטארעל שטימען פון מישיגען און אין סך הכל האט טראמפ באקומען 306 עלעקטארעל שטימען און קלינטאן 232.