קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם הפאליטיק » דער קרעטשמע • מעלדונג

דער קרעטשמע • מעלדונג

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #530

מיין מיינונג » דינסטאג יולי 28, 2015 3:15 pm

· #5976
תולדות אהרן
ווי באקאנט פירט זיך היינט תולדות אהרן מער מעסיג ווי אמאל, אסאך ווייטאגן דערויף.

יא יא » דינסטאג יולי 28, 2015 8:22 pm

· #5978
Re: תולדות אהרן
וואס איז טאקע פשט אז תולדות אהרן גייט אזוי מעסיג ?

דורש ומבקש » דינסטאג יולי 28, 2015 9:58 pm

· #5979
Re: תולדות אהרן
וואס איז די מעשה קען איינער מער דיטעלס?
ווער זענען די צוויי

בולעטין » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:29 pm

· #6021
Re: תולדות אהרן
די מעשה איז געווען אז מען האט פארשריגן איינעם וואס האט צו שטארק באשריגן א סאלדאט פון צה"ל

מיין מיינונג » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:59 pm

· #6023
Re: תולדות אהרן
דאס ווייס איך שוין פון די צעטל...

קנאי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:54 pm

· #9696
Re: תולדות אהרן
גראדע לעצטענס זענען גיי יא געווארען אביסל מער פרישער ביי די פראוועקאציעס, מאנכע זאגען אז עס איז נאר ווייל די פראוועקאציעס זענען געווען נעבען זייער ביהמ"ד אנדערע זאגען אז נאר ביי די קברים זענען זיי געווען שטיל ווייל זיי זענען געווען שילדיג הכרת הטוב פאר שטערנבוך

נייעס » דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:20 pm

· #9718
Re: תולדות אהרן
נעע אלע פארדארבענקייטן וואס קומט פאר ביי די מאנראע לעצטענס, איז א פארבינד מיט מושחתים אין די אמאליגע הייליגע חבורה פון רעב ארעלעך, א שאד זיי האלטן דארט.

קנאי » פרייטאג יולי 28, 2017 3:43 am

· #9732
Re: תולדות אהרן
ווי באקאנט איז סמארטפאונס שטארק אפגעפרעגט אין א"י אבער ביי די יונגווארג פון תולדת אהרן טרעפט מען עס שוין

יאהאן » פרייטאג יולי 28, 2017 4:58 pm

· #9749
Re: תולדות אהרן
ווי באקאנט איז סמארטפאונס שטארק אפגעפרעגט אין אמעריקא אבער ביי די יונגווארג פון סאטמאר, פאפא, צהלים, וויזניץ, שאפראן, קראסנא, קלויזענבורג, בעלזא, באבוב, ספינקא, וכו. טרעפט מען עס שוין

קנאי » מוצ"ש יולי 29, 2017 4:14 pm

· #9758
Re: תולדות אהרן
איך זעה אז די ביסט אין א"י קיינמאל נישט געווען און אויב יא האסטו געוואקט מיט צוגעמאכטע אויגען איו גאס ווייל ווען די וואקסט אראפ גאנץ שמואל הנביא לדוגמה טרעפסטו נישט קיין איין סמארטפאון בלי גוזמה חוץ ביי פרענקען עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו אמעריקע!!!!

סקריקין » זונטאג יולי 30, 2017 10:51 am

· #9777
Re: תולדות אהרן
ממש אזוי עס איז כמעט נישט דא ביים היימישן ציבור עכ"פ אפען זיכער נישט