קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » 'שווערע' שאלות

'שווערע' שאלות

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #557

איבערלעבער » מיטוואך מערץ 02, 2016 7:48 pm

· #6444
'שווערע' שאלות
וואס איז בעסער: רעדן צום וואנט, אדער צו זיך אליין?

מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 08, 2016 12:24 pm

· #6480
Re: 'שווערע' שאלות
שאלה גדולה שאלת בני, איך וועל פראבירן צו ענטפערן.
ערשט מוז איך מקדים זיין אז עס איז ניכר פון דיין שאלה אז ביסט א קלוגער, ווייל דו גייסט גראד צום ענין פרעגנדיג צו וואס מען זאל ענדערש רעדן. מכלל הן אתה שומע הן אז דאס אז מען דארף רעדן איז פאר דיר א דבר פשוט, אלזא דאס איז זייער גוט, ווייל סייג לחכמה שתיקה, וההיפך בהיפך, זייער גוט, והוא מתוק לחיך, שפתיים ישק, משיב דברים נכונים, שם פה לאוזן, ותוקע לאוזן.

ווען מען וויל ענטפערן א שאלה מוז מען קודם גוט פארשטיין צדדי השאלה, אין אונזער פאל איז די שאלה צו מען זאל ענדערש רעדן צום וואנט אדער צו זיך אליינס.


לאמיר זיך אריינלייגן אין די מצב און זיך פארשטעלן דער בילד. א גרויסע צימער. העל-ברוין אפגעפארבט. א איינצעלנע בירנע אין צענטער פון דאך ווארפט א שוואכע ליכט. די שאטן פון דער מאן ווערט געזעהן לויט זיינע טריט. אויב שטעלט ער זיך גענוי אונטער דער לעקטער וועט זיין שאטן צוקוועטשט ווערן אונטער זיינע פוס, כדוגמת חמה בראש כל אדם ביי חצות. ביים עק איז דא א בענקל. איין פיסל הינקעדיג. דער מאן זעצט זיך אראפ. הייבט אן רעדן. רעדט, רעדט און רעדט. שמועסט איבער וויכטיגע נושאים. אלעס מיטן וואנט. וואנט וואנט וואנט איך וויל זיך מתווכח זיין מיט דיר, אוי וואנט וואנט וואנט וואנט וואנט איך וויל זיך מתווכח זיין מיט דיר. אלעס וואס ער זאגט קלאפט אויף די וואנט'ס אויערן און קומט צוריק מיט די ווייבערעישן. איין שעה, צוויי, דריי ווילאנג ער וויל.

אבער דאס קען מען אויך אנקוקן ווי רעדן צו זיך אליינס, ניין? ער רעדט דאך צו זיך אליינס.

איז איך טראכט אז רעדן צום וואנט איז אויך רעדן צו זיך אליינס, נאר אויב רעדט מען צו זיך אליינס אין א ליידיגער פלאץ, א פעלד, א וואלד, דאן רעדט מען נאר צו זיך אליינס און נישט צום וואנט.

קום צוריק מיט א תשובה.

איבערלעבער » דינסטאג מערץ 08, 2016 3:52 pm

· #6487
Re: 'שווערע' שאלות
כבוד הרב, איר שטעלט אוועק א הנחה אז רעדן צום וואנט און רעדן צו זיך, איז איינס און דער זעלבע.
פרעג איך אייך, על סמך מה הנחה זו עומדת?

קען מען זאגן אויף צוויי אופנים, אופן אחד: ווען איינער רעדט צו זיך רעדט ער אויך צום וואנט וויבאלד דער וואנט איז דערביי, - פארשטייט זיך נאר אויב ער איז טאקע נעבן א וואנט. - וויל איך פרעגן: ווען איינער רעדט צו א צווייטן און ס'דא א וואנט דערביי וועט עס אויך הייסן גערעדט צום וואנט?

ואולי יש לומר באופן אחר: ווען איינער רעדט צום וואנט הייסט עס אויך אז ער רעדט צו זיך וויבאלד ער איז אויך דערביי, וכמובן אז ס'איז נאר בתנאי אויב ער איז טאקע דערביי. פרעג איך ווידער: ווען ער רעדט צו א צווייטן, הייסט עס אויך אז ער רעדט צו זיך וויבאלד ער איז דערביי, טאמער ער איז דערביי?

נייעס » דינסטאג מערץ 08, 2016 3:55 pm

· #6488
Re: 'שווערע' שאלות
עס ווערט שוין צו קאמפלעצירט

איבערלעבער » דינסטאג מערץ 08, 2016 5:42 pm

· #6491
Re: 'שווערע' שאלות
וועלן מיר אויסשמועסן די צדדי השאלה.
מצד אחד, ווען מ'רעדט צו זיך רעדט מען דאך צו אן אינטעליגענטער מענטש, משא''כ די וואנט האט דאך שכל ווי א שטיין.

מצד שני ווידער, די וואנט הערט דיך אויס כידוע שאזנים לכותל. אבער די אייגענע אויערן נישט, כידוע אז דער וואס רעדט הערט נישט.

נייעס » דינסטאג מערץ 08, 2016 9:51 pm

· #6492
Re: 'שווערע' שאלות
האסט א גרויסע טעות א מענטש קען און האט אסאך וואס צו רעדן צו זיך, און נאך ווי דער מענטש הערט
עי' סארנא מעטאד

איבערלעבער » דינסטאג מערץ 08, 2016 10:20 pm

· #6494
Re: 'שווערע' שאלות
וואס איז דאס סארנא מעטאד?

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 09, 2016 2:50 pm

· #6499
Re: 'שווערע' שאלות
איבערלעבער האט געשריבן:כבוד הרב, איר שטעלט אוועק א הנחה אז רעדן צום וואנט און רעדן צו זיך, איז איינס און דער זעלבע.
פרעג איך אייך, על סמך מה הנחה זו עומדת?

קען מען זאגן אויף צוויי אופנים, אופן אחד: ווען איינער רעדט צו זיך רעדט ער אויך צום וואנט וויבאלד דער וואנט איז דערביי, - פארשטייט זיך נאר אויב ער איז טאקע נעבן א וואנט. - וויל איך פרעגן: ווען איינער רעדט צו א צווייטן און ס'דא א וואנט דערביי וועט עס אויך הייסן גערעדט צום וואנט?

ואולי יש לומר באופן אחר: ווען איינער רעדט צום וואנט הייסט עס אויך אז ער רעדט צו זיך וויבאלד ער איז אויך דערביי, וכמובן אז ס'איז נאר בתנאי אויב ער איז טאקע דערביי. פרעג איך ווידער: ווען ער רעדט צו א צווייטן, הייסט עס אויך אז ער רעדט צו זיך וויבאלד ער איז דערביי, טאמער ער איז דערביי?

אויף רעדל א') אודאי! ווען האסטו די לעצטע מאל גערעדט צו איינעם און האסט נישט גערעדט צום וואנט?
נאר אויב איז דא א וואנט דעמאלטס רעדט ער צו צוויי ווענט, און אויב איז נישטא קיין וואנט דאן רעדט ער צו איין וואנט. א וואנט וועט נאר מוסיף זיין וואנטישקייט, אבער אן דעם שטיינערנעם וואנט רעדט ער דאך אויך צו א וואנט...

אויף רעדל ב') איינער וואס רעדט צו א צווייטן וויל דאך נישט רעדן צו זיך, נו ווי קען מען זאגן "טאמער ער איז דערביי" ווען ער איז דאך זיכער נישט דערביי צו רעדן צו זיך? וואס דען, עס איז נישט בידו, ווייל היות זיין פארטנער קען זיך דאך פארוואנטענען ווי געשמועסט, און אויב דער חבר איז א וואנט רעדט ער דאך צום וואנט, און אויב רעדט ער צום וואנט רעדט ער דאך צו זיך אליינס, כדחידשני, קומט אויס אז הגם ער איז נישט דערביי צו רעדן צו זיך דאך רעדט ער צו זיך.

נייעס » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:57 pm

· #6506
Re: 'שווערע' שאלות
איבערלעבער האט געשריבן:וואס איז דאס סארנא מעטאד?

א מעטאד פון א געוויסער דאקטאר
אויף אייוועלט ווערט עס באריכות אויסגעשמועסט

יאהאן » דינסטאג יוני 07, 2016 12:34 am

· #6738
Re: 'שווערע' שאלות
וואס איז ערגער, א מענטש וואס האט נישט קיין שכל, אדער א מענטש וואס האט אבער ניצט נישט זיין שכל?

נייעס » דינסטאג יוני 07, 2016 11:39 am

· #6744
Re: 'שווערע' שאלות
איינער וואס ניצט נישט האט נאך די מעגליכקייט עס צו אנהייבן ניצען

שלומיאל » זונטאג יולי 24, 2016 5:27 pm

· #7443
Re: 'שווערע' שאלות
איינער וואס נוצט שכל אבער ער האט נישט

יאהאן » מאנטאג יולי 25, 2016 1:54 pm

· #7457
Re: 'שווערע' שאלות
וואס איז ערגער, א מאסקיטא בייט אויף די פיס פלאך אדער אויפן ריקן דארט וואו מען קען נישט קראצן?

שלומיאל » מאנטאג יולי 25, 2016 4:32 pm

· #7461
Re: 'שווערע' שאלות
אויף די פיס פלאך איז ערגער
ווייל דעמאלס קען מען נישט געהעריג וואקן

יאהאן » מאנטאג יולי 25, 2016 8:47 pm

· #7478
Re: 'שווערע' שאלות
זאג, דיין ריקן האט דיר קיינמאל געקראצט אויף א פאזיציע וואס מאכט דאס אוממעגליך צו קראצן? איי דאוט איט...

שלומיאל » דינסטאג יולי 26, 2016 10:41 am

· #7517
Re: 'שווערע' שאלות
אין אזא פאל שטעלט מען זיך ביים וואנט נעבן די טיר און דאס מאכט די דזשאב.

יאהאן » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:12 pm

· #8578
Re: 'שווערע' שאלות
פארוואס שטייט 'שמע ישראל' אין סידור, מען דעקט דאך צו די אויגן ווען מען זאגט עס?

מיין מיינונג » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:01 pm

· #8581
Re: 'שווערע' שאלות
ווייל דער דרוקער וויל אז מען זאל קויפן די סידור. וואלסט געקויפט א סידור וואס עס שטייט נישט שמע ישראל אין איר??? (קרעדיט: הגה"צ מיארמע שליט"א)

יאהאן » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:02 pm

· #8582
Re: 'שווערע' שאלות
יא (קרעדיט יאהאן...)

מיין מיינונג » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:06 pm

· #8583
Re: 'שווערע' שאלות
דעמאלטס בלייב מיט די קשיא...

יאהאן » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:12 pm

· #8584
Re: 'שווערע' שאלות
וואס האט עס שייכות מיט מיין קשיא? (א ריכטיגע 'שווערע' שאלה...)

טעכנעלאגיע » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 11:33 pm

· #8615
Re: 'שווערע' שאלות
נישט אייביג מוז עס האבן