קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » רעפארמער ביים כותל

רעפארמער ביים כותל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #559

נייעס » זונטאג מערץ 06, 2016 1:07 pm

· #6451
רעפארמער ביים כותל
הגאון רבי שמואל אויערבאך מנהיג הירושלמי
טרעט ארויס שארף קעגן די פשרות פון די חרדישע פארטייען בנוגע מכיר זיין אין די כת הרעפארם
רעפארם.docx
(218.73 KiB) געדאונלאודט 12 מאל

איבערלעבער » מאנטאג מערץ 07, 2016 6:24 pm

· #6470
Re: רעפארמער ביים כותל
און וואס האלטן די אדמו''רים פון סאטמאר?
און ר' יהושע רוזנבערגער?

נייעס » מאנטאג מערץ 07, 2016 7:46 pm

· #6475
Re: רעפארמער ביים כותל
איבערלעבער האט געשריבן:און וואס האלטן די אדמו''רים פון סאטמאר?
און ר' יהושע רוזנבערגער?

ביי סאטמאר איז שוין לאנג די כותל נישט קיין מקום ווי צו גיין

איבערלעבער » דינסטאג מערץ 08, 2016 9:32 am

· #6478
Re: רעפארמער ביים כותל
אבער אזוי ארוסצולאזן א הזדמנות אריינצוקלאפן אין די פרומע ח''כ?

מסודר » מיטוואך מערץ 09, 2016 7:13 pm

· #6502
Re: רעפארמער ביים כותל
איבערלעבער האט געשריבן:און וואס האלטן די אדמו''רים פון סאטמאר?
און ר' יהושע רוזנבערגער?

ווי קומט סאטמאר אריין אינעם בילד? האם הכותל שלנו? איז סאטמאר א נאציאנאליזם שטופער?

איבערלעבער » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 8:19 am

· #6503
Re: רעפארמער ביים כותל
הייסט עס אז ר' שמואל'ס מחאה קומט פון זיין ציוניסטישע זייט. פון נייעס'ס מעלדונג האט אויסגעזען אז דאס איז נאך א נצחון פאר די קנאים, ווי ר' שמואל שטעלט זיך לצדם כנגד די פרומע פארטייען.
כנראה ווענדט זיך עס אין די שאלה צי מהר''א'ס יעצטיגע נסיעה איז פראפאגאנדע...

מסודר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:35 pm

· #6504
Re: רעפארמער ביים כותל
איבערלעבער האט געשריבן:הייסט עס אז ר' שמואל'ס מחאה קומט פון זיין ציוניסטישע זייט. פון נייעס'ס מעלדונג האט אויסגעזען אז דאס איז נאך א נצחון פאר די קנאים, ווי ר' שמואל שטעלט זיך לצדם כנגד די פרומע פארטייען.
כנראה ווענדט זיך עס אין די שאלה צי מהר''א'ס יעצטיגע נסיעה איז פראפאגאנדע...

ס'איז קלאר אז ר' שמואל אוערבאך איז נישט געווארן קיין קנאי פון וועם זיך צו לערנן השקפה, ער איז ווייט ווייט פון סאטמאר אין שיטה, אבער מצד השני דארף מען געבן חיזוק און געלד וויבאלד לעת עתה גייען זיי נישט צו די בחירות.

צום ענין, דאס פארפירן ארום די כותל איז ריין ציונית, די כותל איז מיינס און איך וויל די כותל זאל זיך פירן לויט מיינע הנהגות.

ווען די כותל וואלט געווען אין די הענט פון די אראבער וואלטן די חרידים געזאגט א פיפס אויב די מוסלומענער מאכן דארט א מעטשעט? א פייג! מען דארף געדענקן אז די גאנצע רודעריי איבערן כותל איז מקיים צו זיין דעם "שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד" (עפ"ל).

נייעס » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:01 pm

· #6507
Re: רעפארמער ביים כותל
מסודר האט געשריבן:

טעות

הכרה אין רעפארמער איז עקירת התורה
גראדע איז יעצט די נידון אויף די כותל מארגען איז עס נוגע ויף אויסרייסען עיקרי התורה
און ווען חרדישע חברה שטייען צו צו די הכרה איז עס אוועקגענויגט לגמרי פון אלע אידישע עקרונות

מסודר » מוצ"ש מערץ 12, 2016 11:34 pm

· #6519
Re: רעפארמער ביים כותל
איך האב שוין א לאנגע מבוכה, פארוואס די חרידים האבן שלום געמאכט מיטן רעיון הציונית אבער מיטן רעיון הרפורמי נישט.

מען קען אפשר קלערן אז די רעפארם באוועגונג איז אין די לעצטערע צייטן זייער אפגעקילט פון ציונית, א טייל זענען אפילו שטיצער פון די בויקאט מאוומענט, במילא זענען די חרידים ארויס בחרב ובחנית אקעגן די רעפארמע, הלמאי, זיי מאכן חרוב די מדינה...

נייעס » זונטאג מערץ 13, 2016 9:57 am

· #6520
Re: רעפארמער ביים כותל
כותל.jpg
כותל.jpg (113.6 KiB) געזעהן געווארן 283 מאל

אויך דא איז אין בילד די הנהגת דגל התורה

איבערלעבער » זונטאג מערץ 13, 2016 11:49 am

· #6522
Re: רעפארמער ביים כותל
מסודר האט געשריבן:איך האב שוין א לאנגע מבוכה, פארוואס די חרידים האבן שלום געמאכט מיטן רעיון הציונית אבער מיטן רעיון הרפורמי נישט.

מען קען אפשר קלערן אז די רעפארם באוועגונג איז אין די לעצטערע צייטן זייער אפגעקילט פון ציונית, א טייל זענען אפילו שטיצער פון די בויקאט מאוומענט, במילא זענען די חרידים ארויס בחרב ובחנית אקעגן די רעפארמע, הלמאי, זיי מאכן חרוב די מדינה...

וואס איז די מבוכה? די ציונים כידוע זענען דאך ערגער ווי די רעפארמער. און די אגודיסטן זענען דאך ציונים כידוע. ממילא האבן זיי פיינט די רעפארמער מיט א שנאת ע''ה לת''ח, אזוי ווי זיי האבן פיינט אלע אמת'דיגע ערליכע אידן כידוע..

נייעס » זונטאג מערץ 13, 2016 1:01 pm

· #6526
Re: רעפארמער ביים כותל
איבערלעבער האט געשריבן:
מסודר האט געשריבן:איך האב שוין א לאנגע מבוכה, פארוואס די חרידים האבן שלום געמאכט מיטן רעיון הציונית אבער מיטן רעיון הרפורמי נישט.

מען קען אפשר קלערן אז די רעפארם באוועגונג איז אין די לעצטערע צייטן זייער אפגעקילט פון ציונית, א טייל זענען אפילו שטיצער פון די בויקאט מאוומענט, במילא זענען די חרידים ארויס בחרב ובחנית אקעגן די רעפארמע, הלמאי, זיי מאכן חרוב די מדינה...

וואס איז די מבוכה? די ציונים כידוע זענען דאך ערגער ווי די רעפארמער. און די אגודיסטן זענען דאך ציונים כידוע. ממילא האבן זיי פיינט די רעפארמער מיט א שנאת ע''ה לת''ח, אזוי ווי זיי האבן פיינט אלע אמת'דיגע ערליכע אידן כידוע..

עס איז ווייט פון א דזשאוק די מהרש"ב מליבאוויטש שרייבט אויף די תנועת האגודה אז ס'וועט נתדרדר ווערן לתנועת מזרחי ועוד יותר מזה קען זזיין דער צייט איז שוין געקומען דערצו

שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 11:00 am

· #6831
Re: רעפארמער ביים כותל
נייעס האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:און וואס האלטן די אדמו''רים פון סאטמאר?
און ר' יהושע רוזנבערגער?

ביי סאטמאר איז שוין לאנג די כותל נישט קיין מקום ווי צו גיין

די וואך פרשת נשא ווערט 48 יאר זינט סאטמארע האבן אויפגעהערט צו גיין דארט