קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות

זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #560

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 07, 2016 1:33 pm

· #6465
זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
איך זע אסאך מאל ערציילונגען אין גליונות וואס "כאפן מיין אויג", וויפיל די צייט וועט ערלויבן וועל איך פון זיי ברענגען.
די מוסר השכל'ס א.ד.ג. וועל איך דארט איבערלאזן...

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 07, 2016 1:36 pm

· #6466
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
איינמאל איז געווען א מעשה, עס איז געווען אינמיטן די קאלטע טעג פון ווינטער, די הייצונג אין די געביידע פון די ישיבה ומתיבתא האט געארבעט מיט א שטארקקייט און אנגעהייצט דעם גאנצן געביידע. עס איז אבער געווען איין שטוב וואס איז אייביג געבליבן קאלט, דאס איז געווען זייער אינטערעסאנט ווייל די הייצונג האט דאך גוט געארבעט אין אלע שטובער, פונקט די איין שטוב איז אלץ געבליבן קאלט.
מען האט גערופן א "מומחה" וואס זאל דאס אינטערזוכן, אפשר וועט ער אויסגעפונען די געהיימעניס אונטער די מיסטעריע.
יענער איז געקומען און געזען אז די הייצונג ארבעט טאקע זייער גוט אויך אין די איינע שטוב, נאר ארום די די פענסטער פון די שטוב זענען געווען אסאך שפאלטענעס פון וואו די ווינט האט אריינגעבלאזן א שטארקע קעלט וואס די הייצונג קען נישט איבערקומען. מען האט דאן פארראכטן און צוגעמאכט אלע שפאלטן און לעכער, און זייט דעמאלטס איז דער שטוב שוין אויך גוט אנגעהייצט געווארן.(1)


ביי איינע פון די צדיקי הדור פלעגט אלץ ביי די צייט פון קבלת קהל אנקומען א צודרייטער וואס האט זיך דערקלערט אלס "משיח". דער צדיק פלעגט איהם אלץ אויפנעמען מיט ליבשאפט און אפילו געבעטן זיין ברכה... ווען דער עולם איז אריינגעגאנגען איינציגווייז פלעגט "משיח" גיין צו יעדער וואס האט געווארט אריינצוגיין און זיך פארגעשטעלט אלס דער וואס טיילט די ברכות, און דערפאר נאר געלאזט אריינגיין אויב מען איז געקומען בעטן א עצה. מיט די צייט האט מען זיך שוין דערלערנט אז מען איז נישט געקומען בעטן א ברכה, נאר געקומען הערן א עצה...
דער [ארגינעלער-] שרייבער פון די שורות איז דארט געווען איין טאג ווען מיטאמאל האט אנגעהויבן צו ווערן א איבערקערעניש, "משיח" האט געשריגן אויף עמיצער מיט קולי קולות אויף א פארשוין וואס האט זיך באוויזן אינעם צדיק'ס ווארט זאל, און פון קולות איז עס אריבער צו גלעזער וואסער וואס זענען געשפריצט געווארן פון איינעם אויפן צווייטן.
איך בין דערגאנגען אז דער צווייטער איז אויך "משיח", און דאס האט אנגעצינדן דער ערשטער'ס גרימצארן.
אזוי אינמיטן מלחמת גוג ומגוג האט פלוצלינג אריינגעוואנדערט א דריטער גייסטיש-צורידערטער צו וועמען'ס אנקום דער צדיק האט זיך זייער געפריידט און תיכף ומיד איהם ענטפאנגען מיט פריידיגע ווערטער: "פון הימל האט מען דיר געשיקט פונקט אין צייט! דא זענען דא צוויי וואס טענה'ן אז זיי זענען משיח און קיינער קען נישט בארוהיגן די שטורעם, דו וועסט זיכער קענען מאכן סדר!!!"
דער דריטער האט אריינגענומען ביידע אין א זייטיגע צימער, און אין א מינוט איז די שטילקייט צוריקגעברענגט געווארן צום פלאץ. די דעטאלן פון די פארהאנדלונגען זענען אומבאקאנט.(2)

(1) גליון "גליון היכל הקודש".
(2) גליון "טיב הקהילה".

איבערלעבער » מאנטאג מערץ 07, 2016 6:21 pm

· #6469
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
אולי בכל זאת תואיל בטובך לכתוב את המוסרי השכל היוצאים מהסיפורים הנפלאים שהבאת?
נישט יעדער איז גענוג טיף אליינס צו כאפן.

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 07, 2016 6:38 pm

· #6471
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
וואלט איך געוואלט די מחשבות זאלן לויפן צו התעוררות וואלט איך געלייגט דעם אשכול אין היכל השקפה.
א היכל הליצנות האב איך נישט געפונען, האב איך מיר באנוצט מיט עולם התענוג...

נייעס » מאנטאג מערץ 07, 2016 7:45 pm

· #6474
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
די מוסר השכל וועל איך שרייבן

מיין מיינונג » מאנטאג מערץ 07, 2016 8:26 pm

· #6476
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
נייעס האט געשריבן:די מוסר השכל וועל איך שרייבן

אין א עקסטערע אשכול.

שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 11:03 am

· #6834
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
א לינק צו די עקסטערע אשכול ביטע

מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:02 pm

· #8524
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
"יעדע פרייטאג גרייט איך אן די געקאכטע אייער פאר די שבת אינדערפרי סעודה, ווי מען פירט זיך. אמאל געהעריגע געקאכטע אייער און אמאל טונקעלע אייער, איך לאז זיי אין די טאפ פון די טשאלנט און שבת אינדערפרי זענען זיי טונקל."

"די וואך ווען איך בין צוגעטרויטן צו די ארבעט פון אנגרייטן די אייער האט זיך מיין טאכטער דערנענטערט און געבעטן אויב איך קען דאסמאל אנגרייטן די טונקעלע אייער, איך האב גערן מסכים געווען."

"אבער אט קומט מיין זון און בעט איך זאל אנגרייטן געהעריגע ווייסע אייער. איך האב נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, ער האט דאך ליב סיי ווייסע און סיי טונקעלע, אבער כדי נישט אריינצופאלן אין א קריג האב איך אים פארגעשלאגן אז איך וועל איבערלאזן איין איי אין פרידזשידער פאר אים און די איבעריגע וועל איך אריינלייגן אין די טאפ פון טשאלנט. ער האט זיך זייער געפריידט והכל בא על מקומו בשלום."

גליון "טיב הקהילה", בהעלותך תשע"ו.

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 3:12 pm

· #8525
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
WOW! ממש א בעל-שם'סקע מעשה!

איבערלעבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 7:53 pm

· #8528
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
וועלכע קהילה רעפרעזענטירט דער גליון?

מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:19 pm

· #8531
Re: זייער אינטערעסאנטע ערציילונגען ארויסגענומען פון גליונות
דאס געבן ארויס ר׳ גמליאל ראבינאוויטש׳ס חסידים