המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צרפת
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #563
המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צרפת
עס איז זייער אינטערסאנט וויאזוי דער זעלבער המודיע צייטונג וואס שטייט אין פראנקרייך צו די האנט פאר די סוכנות היהודית צו טרייבען די מאסן קיין ארץ ישראל
דער זעלבער המודיע צייטונג טוט אנאנסירן און פובליצירען עד'ס פאר די הצלה פלאן פין די סקולענער און קאלובער רביים פאר'ן פראנצויזישער אידנטום.
[מעגליך עס איז באזינדערע אפיסעס וואס האבען נישט קיין שייכות]
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
וואס איז די סקולען קאלוב רעטונג פלאן?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
בשבוע שעבר חשף אתר 'קול חי' את שיעורו האחרון של ראש ישיבת בריסק הגאון רבי מאיר סולובייצ'יק שדיבר על ניסיונות 'הסוכנות היהודית' לעלות לישראל את ילדי היהודים המתגוררים בצרפת על מנת לחלן אותם.
בדבריו אמר ר"י בריסק כי "בחו"ל ובאמריקה יש כמה רבנים שמנסים לפעול בזה, אך כאן בארץ הכל שותקים כיון שהם עסוקים רק בלקיחת כסף וזה הדבר היחידי שיש להם זה איך להוציא מהם כמה שיותר כסף".
ואכן, בסוף השבוע התאספו בבית האדמו"ר מקאלוב בשכונת בורו פארק בניו יורק רבנים בכדי להקים קרן שתדאג ליהודי צרפת. באסיפה השתתפו האדמו"רים מסאטמר, סקולען וקאלוב. הגר"י אריה מלכיאל קוטלר ראש ישיבת ליקווד, הג"ר דוד פיינשטיין, ראש ישיבת 'תפארת ירושלים' אדמו"רים ורבנים חשובים. בסיום הדיון החליטו המתכנסים כאמור על הקמת "קרן ילדי צרפת".
האסיפה נערכה בבית האדמו"ר מקאלוב שחולה במחלת ניוון שרירים קשה, אך למרות מצבו הרפואי, משתדל לפועל למען יהודי צרפת, תחילה דיבר העסקן ר' ישראל דוד הארפענעס עניין החובה של יהודי ארץ הקודש לדאוג בעקבות הסכנה הרוחנית של הסוכנות על ילדי צרפת. לאח"מ נשא דברים ר' ישכר דוב טויב שליט"א בנו של אדמו"ר מקאלוב ששהה עד לא מזמן בצרפת בשליחות אביו שם פעל למען הילדים, והוא זה שיזם את הכינוס למען הצלתם, במהלך דבריו דיבר על הסכנה הרוחנית לילדי צרפת המתכוונים לעלות לארץ ישראל.
האדמו"ר מסקולען דיבר ע"כ שהכינוס הוא הצלת נפשות של ממש ויכול לגרום להשראת השכינה שתעורר רפואה שלימה להאדמו"ר מקאלוב, כאשר בסיום האסיפה הוחלט על פרסום "קול קורא" שעליו יחתמו גדולי ישראל כדי לאסוף תרומות למען הקמת ה"קרן לילדי צרפת".
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
אהא, די רעטונג פלאן איז ארויסצוגעבן א קול קורא צו שאפן געלט פאר א קרן. ילדי צרפת, איר זענט געראטעוועט, דאנקן גאט.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
איך פארשטיי עס אויך נישט
נאכמער פלא איז וויאזוי סאטמאר ארבעט דא צוזאמען מיט אלעמען
אזוי קוקט אויס פין דער איד שרייבונג
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
מיר איז אביסל אנדערש אינטערעסאנט. דאס איז דאך א פשוטע זאך אין סאטמאר (מהרז"ל) אז מען מאכט א קרן און אזוי טוט מען אויף. ע"ע קרן הגיוס וואס יעדע דריי וואכן מאכן זיי פרישע מגביות פאר גארנישט (עכ"פ איבערגעוויזן וואס זיי טוען האבן זיי נאכנישט, חוץ אפאר צעטלעך). מאכן געלט הייסט דען נישט אויפגעטון?...
די שאלה איז נאר וואס מיט די אנדערע איז געשען אז זיי שפילן מיט.
העסקן ר' ישראל דוד הארפענעס

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
די עמי (פארלאפענעם פסח)האט היבש א ציוניסטישער ארטיקעל ווי אזוי ער שטעלט אהער די הצלה פלאן פון די אסיפת הרבנים בבית קאלוב.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
אצינד טוט דער ליטווישער מנהיג הגאון רבי מלכיאל קאטלער אגיטירען צו צוזאמברענגען מאסיווע געלט כוחות און עסקנישע פערזאנען צו העלפן דעם הצלה פלאן פארן צרפת'שע אידנטום
עס איז אינטערסאנט צו וויסען צו בעבר האט מען אויך אין די קרייזען וואס שטייען אין קריג מיט ציוניזעם קאלאבערירט אינאיינעם מיט די וועלט צו העלפן די וואס פאלען אריין בצפרני המדינה, און זיי אריינשטעלן אין ציוניסטישע מוסדות החינוך
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
לאמיר איין זאך קלארשטעלען. די המודיע פון דאהי האט נישט קיין שום שייכות מיט די המודיע פון פראנקרייך זיי האבן דאס שוין מפרסם גיווען אויף עטליכע אופנים, זיי האבן גאר א גוטע סיבה נישט צו ארויס גיין קעגען זיי בחרב ובחניס אבער זיי לאזען וויסען לכל מבקש את האמת אז זיי באדויערען דאס שטארק.
ווי איז די המודיע דאס מפרסם ?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
שוין פאר א צייט צוריק.
אבער ממש לעצטענס האב איך אפיר געהאלטען איינער פון די חברה דארט און ער האט טאקע מוחה גיווען אין געלאזט וויסען אז חוץ פון די זעלבע נאמען האבן זיי נישט קיין שום שייכות. פארקערט עס איז שוין גיווען עטליכע רייבערייען צווישען זיי נאך דעם וואס די פראנצויזישע האבען זיך געפענט, מתחילה האט עס גיהאט שייכות מיט די ארץ ישראל'דיגע המודיע אבער זיי האבן זיך אויך גאנץ שנעל אפגעשאקלט.
און אזוי וועט דיר ענטפערען איעדע איינגעשטעלטע דארט.
אגב דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס זיי ברענגען ארויף די נושא פון די סוכנות און פראנקרייך, עס איז שוין אסאך מאל גיווען דארט, ווי אויך א אינטערוויא בנושא דעם מיט די קאליבער רבי שליט"א פאר בערך א יאר צוריק.
המודיע פרובירט זיך ריינוואשען
ווי @שטילער איד זאגט פרובירט דער המודיע זיך ריינוואשען פינעם פלעק וואס זיי פראפאגאנדירען פארן סוכנות היהודית צו העלפן שמד'ן די פראנצויזישער אידנטום
אבער עפעס שטימט נישט מיט זייער ווערסיע אז דער המודיע פון פראנקרייך איז נישט זייער וויל דער פאסט באקס און טעלעפאון נומער פון ביידע צייטונגען גייען צום זעלבן מקום
די נאמען פינעם צייטונג אין פראנקרייך האבן זיי לעצטענס געטוישט צו פארווישען דעם פלעק בשינוי השם, אבער דערווייל האבן זיי נאכנישט געטוישט די אדרעסע ווי מען דארף אריינשיקן געלט הערות וכו'.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
מ'דארף זיין גאר אינטרעסירט צו פארדרייען דעם קאפ צו שרייבן אדער דאס מקבל צו זיין. די האסט גירעדט יעצט פאר פייער און פאר וואסער עס איז נישט אינטרעסאנט צו זיי זענען אינטער די זעלבע Billing company אדער די האסט סתם פארמישט די אימייל אדרעס. דאס איז קלאר אז זיי זענען נישט צוזאמען און דאס איז קלאר אז די המודיע פון די איז א שטארקער שטיצער פון חינוך עצמאי וואס איז קעגען די ארבייט פון די סוכנות.
עס איז ניכר מדבריך אז די רעדסט מיט אן אגענדע, נישט ווייל זיי זענען אפגעפרעגט וועגען דעם אז זיי זענען אגודיסטען מיינט נאך נישט אז מ'דארף טרעפען קרימקייטען ביי איעדע זאך פון זיי.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
ער רעדט נישט 'מיט' אן אגענדע. ער איז די אגענדע זעלבסט.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
הרה"צ אדמו"ר מסאטמאר מוהרי"י גייט פליען מארגען אויף טאראנטא מיט ראשי ישיבות פון די עולם התורה צו העלפן שאפן פאנד"ס פאר די קינדער פון פראנקרייך.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
Manhig Yahadis HaGoileh Rabbiny Shlita will fly out today on historic trip with Gdoilei Rushei Yeshivos from USA R' Malkiel Kottler Shlita
And R' Duvid Feinstein Shlita, to visit big Nedivim in "Toronto" L'Tovas Hatzulah of Yahadis Frankreich from Zionist missioners ch"v.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
עס איז אינטערסאנט צו כאפן א בליק אין די חרדישע איזראעלי פרעסע וויאזוי מען באריכטעט די צוזאמארבעט פון סאטמאר מיט חינוך עצמאי
מסע ההצלה החל: סאטמר עם החינוך העצמאי
החסידות הקנאית תשתף פעולה עם החינוך העצמאי כדי "להציל" את יהודי צרפת • היום המסע יוצא לדרכו • ואיך מסבירים זאת בסאטמר? "כשמצילים יהודים אין שיקולי אידיאולוגיה"
"האמת היא שעליית יהודי צרפת היא לא העלייה הראשונה בתולדות המדינה של יהודים חרדים ממדינות שונות", אומר גורם בחסידות, "גם בימי הרבי ה'דברי יואל' זצוק"ל הגיעו אלפי משפחות לארץ ממדינות זרים תחת פיקוחם של 'לב לאחים', הרבי זצוק"ל ייסד אז את המוסד 'רב טוב' לעולים מרוסיה ואירן, וגם אז סידרו את העולים החדשים במוסדות שאינם לרוחם השמרנית והקנאות של חסידי סאטמר. האדמו"ר זצ"ל אמר פעם לאלו ששאלו אותו על כך: 'אינני מגייס עכשיו חסידי סאטמר, אני רק מציל יהודים שיישארו לומר שמע ישראל'"
עס איז אינטערסאנט וואס דער גורם בחסידות פארציילט בשם האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, ווייל לפי הידוע האט אמאל האדמו"ר מסאטמאר גענטפערט פאר האדמו"ר מבילוגרייא אחיו של הרה"ק מ'בעלזא זצ"ל בנוגע צו אינז זאלען העלפן די חינוך עצמאי [וואס כמה וכמה עסקנים ורבנים זענען געקימען בעטן האדמו"ר זצ"ל צו צולייגן א פלייצע צו די חינוך עצמאי] מוסדות וואס לכאורה איז עס גלייך צו עמיצער וואס זעהט א איד טרענקען אין ים און א אפיקורס שטייט און ראטעוועט יענעם און דער איד לייגט צו א פלייצע צו קענען ראטעווען דעם וואס טרענקט זיך
האט האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל געזאגט אז דאס צוהעלפן חינוך עצמאי איז נישט העלפן ארויסשלעפן פין וואסער נאר העלפן מער דערטרענקן.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
בולעטין האט געשריבן:Manhig Yahadis HaGoileh Rabbiny Shlita will fly out today on historic trip with Gdoilei Rushei Yeshivos from USA R' Malkiel Kottler Shlita
And R' Duvid Feinstein Shlita, to visit big Nedivim in "Toronto"
L'Tovas Hatzulah of Yahadis Frankreich from Zionist missioners ch"v.
לטובת הצלת יהדות פראנקרייך פון די ציוני'סטישע מיסיאנערן ח"ו. פארוואס חס ושלום

Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
מיין מיינונג זיי מסביר דיין קשיא
קען איינער דא שרייבן אין אידיש וואס איז די אקציע ? מ'ברענגט ארויף פראנצויזישע אידן קיין א"י ? אדער וואס ?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
איך האב מיך סתם געשטעלט אויף די אויסדרוק. די אויסדרוק ח"ו קומט נישט אריין דארט, ווייל מען רעדט פון "זיי ראטעווען פון די ציוני'סטישע מיסיאנערן" "בעז"ה". שטייט ווען "פון אריינפאלן ביי די ציוני'סטישע מיסיאנערן" וואלט ח"ו געווען אין פלאץ.
איך פארשטיי נאר נישט וואס בולעטין ברענגט דא פון "העלפן חינוך עצמאי". קען זיין ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די פעולות יעצט.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
בולעטין האט געשריבן:Manhig Yahadis HaGoileh Rabbiny Shlita will fly out today on historic trip with Gdoilei Rushei Yeshivos from USA R' Malkiel Kottler Shlita and R' Duvid Feinstein Shlita,
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
איינער קען אידענטיפיצירן די נעמען פון רעכטס צו לינקס?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
גבאי שליט"א
האדמו"ר מסיגוט
הנגידים שליט"א
האדמו"ר אביו של האדמו"ר מ'סיגוט שליט"א
הראש ישיבה מ'לעיקוואוד
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
דער גבאי שליט"א איז פון האדמו"ר מסיגעט
אדער פון האדמו"ר אביו של האדמו"ר מסיגעט?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
פינעם אדמו"ר אביו של האדמו"ר מסיגוט שליט"א בן האדמו"ר מסאטמאר
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
האדמו"ר מסיגוט שליט"א איז בן האדמו"ר מסאטמאר?
איך בין שוין אינגאנצן צומישט דא
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
בולעטין האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט וואס דער גורם בחסידות פארציילט בשם האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, ווייל לפי הידוע האט אמאל האדמו"ר מסאטמאר גענטפערט פאר האדמו"ר מבילוגרייא אחיו של הרה"ק מ'בעלזא זצ"ל בנוגע צו אינז זאלען העלפן די חינוך עצמאי [וואס כמה וכמה עסקנים ורבנים זענען געקימען בעטן האדמו"ר זצ"ל צו צולייגן א פלייצע צו די חינוך עצמאי] מוסדות וואס לכאורה איז עס גלייך צו עמיצער וואס זעהט א איד טרענקען אין ים און א אפיקורס שטייט און ראטעוועט יענעם און דער איד לייגט צו א פלייצע צו קענען ראטעווען דעם וואס טרענקט זיך
האט האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל געזאגט אז דאס צוהעלפן חינוך עצמאי איז נישט העלפן ארויסשלעפן פין וואסער נאר העלפן מער דערטרענקן.
בילגארייער רב איז נפטר געווארן אפאר יאר בעפארן גרינדונג פון דער חינוך העצמאי.
שוין, א קושיא אויפן „לפי הידוע.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
בילוגרייער רב איז געקימען וועגן העלפן די ציוניסטישע אגענטורען צו ראטעווען די יודן וואס מען קען ראטעווען משמד, עס איז געווען נאך פאר עס האט באקימען די שם חינוך עצמאי, די געדאנק פין ראטעווען קינדער משמד איז שוין דעמאלטס געווען אין גרויסען.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
וועלכע יאר האט עס באקומען די שם חינוך עצמאי?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
א
באריכט אויף קול סאטמאר וועגן די עליות פון די פראנצויזישע אידנטום.
פאלגענד איז די ציטאט פון די חלק ווען זיי מעלדן איבער די פעולות אין וואס האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר טוט העלפן.
מלחמה לה' בעמלק מדור דור
אין די זעלבע צייט זענען פארהאן חשוב'ע עסקנים וואס ארבעטן אינאיינעם מיט אגודת ישראל צו פרובירן אלע שתדלנות אז די וואס קומען יא ארויף קיין ארץ ישראל זאלן נישט ווערן חלילה אינגאנצן אפגע'שמד'ט ר"ל, זיי זאלן כאטש לערנען אין רעליגיעזע מוסדות אונטער די חינוך העצמאי, וואס כאטש וואס פאר אונז שלומי אמוני ישראל איז באקאנט דעת קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וועלכע האט זיך מתנגד געווען צום גרינדונג פון חינוך העצמאי איז אבער אצינד פארהאן א בליק פון פארשידענע מנהיגים אז דא איז פארהאן דערין א שטיקל הצלה פורתא ובראשם איז הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א וועלכע איז שטארק עוסק אין דעם ענין כפי המקובל מאבותיו, און באזונדער זענען אויך פארהאן די רעליגיעזע חברי הכנסת וועלכע נעמען קרעדיט אז זיי זענען אויך פארמישט ארויסצוהעלפן אין דעם ענין דורך זייער מהלך אין עסקנות.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
אין משולחן מלכים די וואך ווערט אויסגעשמועסט די גאנצע היסטאריע פון חנוך עצמאי און די התנגדות פונעם דברי יואל קעגן דעם והטעם זעהר באלערנד
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
א לינק ביטע צום משלחן מלכים
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
![נותן יד לפושעים.jpg]()
- נותן יד לפושעים.jpg (172.07 KiB) געזעהן געווארן 723 מאל
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
וואאא
שטארקע קול קורא, מהרי"י גייט זיך פארענטפערן? אדער אלעס גייט ווייטער אן?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
פארענטפערן פארוועם ? זיינע חסידים באדערט עס ניקס און פאר אן אנדערענס חסידים דארף ער זיך ניט פארענטפערן
אויסערדעם איז די קול קורא לכוארה פאלטש א גוטע זשאוק אויף די באקאנטע מוחים וואס פילן אן זייער מויל מיט וואסער ביי דעם פאל
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
ביי כינוס כלל ישראל האבן זיי אויך אנגעפולט זייער מויל מיט וואסער?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
מיר זעהט אויס אז איינמאל האבן זיי זיך געוואגט
און גראדע דוכט זיך אז נאר די שאפראנער און ר' שמחה ישראל זענען געווען פון די מוחים די אנדערע האבן זיך צוגעשטפט די אויערן אדער ארויסגעלאפן אדער געקוקט אויפ'ן סקרין לויט ווי כ'האב געזען פון די בילדער
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
אינטערסאנט צו זעהן די מחלוקת דא
דער בלאט וואס רעפעזענטירט די מהרא קהילה זאגט אז די רבי שליט"א טרעט ארויס שארף קעגן העלפן די קאסע פין הצלת צרפת, צוליב חינוך עצמאי
מאידך גיסא דער איד וואס שטייט יא אינטער די קרן הצלת צרפת מעלדט גאר אז פאנטאסטישע סומעס זענען אנגעקימען צו די ארטיגע צרפת'ע מוסדות צו ראטעווען די ארטיגע מוסדות התורה פון אינטערברעכן.
אין א פרישע פעולה פאר די הצלת ילדי צרפת פון דער ׳קרן להצלת ילדי צרפת׳ בנשיאות כל גדולי ישראל ובראשם דער מנהיג הדור כ"ק הגה"ק רבינו מסאטמאר שליט״א ווערט געמאלדן אז:
דער 'קרן' האט נארוואס געשיקט א ספעציעלע חלוקה פאר די קהילות און מוסדות אין פראנקרייך זיי צו העלפן בלייבן וואוינען דארט, נישט ח״ו מאכן עלי׳ צו די מדינה הטמאה איזראעל תחת ממשלת הכופרים הציונים הארורים ימ"ש.
ווי די פלאן לויטעט וועלן אזוינע חלוקות אפגעהאלטן ווערן פון צייט צו צייט מחזק צו זיין די פראנצויזישע יודן.
די חלוקה איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א איז אראפגעפארן קיין פראנקרייך בשליחות מרן אביו הגדול מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט״א מיטצוהאלטן פונדערנאנט די מצב פון די יהדות צרפת, און האט איבערגעגעבן די פרטים פאר זיין גרויסן טאטען סאטמאר רבי שליט״א.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
די קעפל פונעם מחאה ליינט זיך "אתה" נותנים יד לפושעים
אדער דארף שטיין "אתם" אדער דארף שטיין "נותן" אבער ביידע צוזאמען קלעבט נישט
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
דער גאנצער צאמשטעל קיקט עפעס נישט אויס אויטענטיש, מען וועט מיזען זאגען אז עטליכע פיפיגע חברה האבן דא געמאכט עפעס א שפיצל מיט די רבנים החותמים
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
אויב לאט מען זיי דארט פארוואס דארף מען צוזאםשטעלן 3 מיליאן דאלער ? מ'דארף דאך נאר רעדן צו די פראנקרייך אידן אז זיי זאלן ניט עולה זיין קיין א"י און דעטס איט אזוי ווי נטרונא האט געטאן
וואס דארף מען זיך צוזאם שטעלן מיט די אגודה רבנים נאר כדאי זיי צו האלטן אין פראנקרייך מ'ברויך דאך נישט האבן פאר דעם מער ווי אפאר עסקנים ?
שוין נישט אלעס קען מען פארשטיין
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
פעלט אויס איינעם מסביר צו זיין אז דער בריעוו איז דורכאויס פאלש?
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
ס'איז זיכער פאלש אזוי ווי כ'האב מסביר געווען אויבן
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
![IMG_20160821_174844.jpg]()
- IMG_20160821_174844.jpg (102.46 KiB) געזעהן געווארן 682 מאל
דאס הענגט טאקע ערגעץ???
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
יא
אין ירושלים.
מען האט עס באהאנגען איבעראל
די רבנים פין בני יואל האבן עס אפגעליפערט קיין ארץ ישראל
קוקט אויס דאהי ווילען זיי עס נישט מפיץ זיין.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
עס איז יאר א אמת׳ע צעטל?!
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
א אמת'ע בילד איז עס זיכער
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
מהר"א שליט"א האט נעכטן נאכט ארויסגעטרעטן קעגן די פלאן פון העלפן צרפת דורך די אגודה
ער האט ערווענט אז מרן דודו זצ"ל וואלט אין אזא פאל געגאנגען מיט נטרונא צו ראטעווען.
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
מרן דודו האט אין אין אזא פאל געטון דאס און ניש געלאזט עולה זיין קיין אר"י
Re: המודיע אנאנסירט רעטונג פלאן פון סקולען-קאלוב פאר יהדות צ
און די וואס זענען ארויף על אף וואס ער האט נישט געלאזט האט ער געלאזט גענצליך פארפאלן גיין?