קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » "אהער מיט די שניצל!"

"אהער מיט די שניצל!"

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #584

מיין מיינונג » מאנטאג יוני 20, 2016 1:18 pm

· #6936
"אהער מיט די שניצל!"
"זאג, דו בענקסט דיך נישט נאך די שניצל?"

מרדכי הייבט אויף זיינע אויגן פון זיין נייע בוך, און באטראכט עזרא וואס ליגט אויפן ביעטש טשעיר. "שניצל?! פון וועלכע שניצל רעדסטו?" פרעגט ער פארוואונדערט.

און יעצט איז עס עזרא וואס מאכט א פארוואונדערטע מינע. "זאג מיר נישט אז דו ווייסט נישט פון וועלכע שניצל איך רעד. איך רעד פון די וואונדערבארע טוירקי שניצל וואס פעדרא פלעגט מאכן, ווען מיר האבן גע'יושב'ט."

מרדכי צעשרייט זיך מיט רעגעניש: "דענסמאל זענען מיר דאך אבער געזיצן. די פיינע שניצל פון וואס דו רעדסט איז דאך געווען אין תפיסה, וויאזוי קענסטו זיך בענקען נאך זיי? און חוץ מזה, עפעס פעלט דיר דא אין קעמפ? מען געבט אונז פיינע עסן, מיר האבן ווייעכע בעטן, מען לערנט אונז א פאך, מיר לעבן ווי מענטשן. האסט געטראפן אויף וואס זיך אפצורעדן, שניצל!"

"קענסט זאגן וואס דו ווילסט," זאגט עזרא, "אבער ווען איך דערמאן זיך אין יענע שניצל, מיט די קריספי איבערציכט און געפרעגלטע גערוך, פארבענק איך זיך פשוט צום תפיסה. גלייב מיר, די גאנצע קעמפ איז מיר ווערדלאז אן די שניצל."

"איך פאנג נישט אן דיר צו פארשטיין. ווי קען א מענטש וואס איז רעלאטיוו פריי און גייט אריבער אויסמענטשלונג אין א באקוועמע און צוגערישטע קעמפ זיך בענקען צו שניצל פון אין א פארשפארטע תפיסה?! ביסט א פשוטער צופליקטער."

עזרא'ן איז נמאס געווארן זיך צו טענה'ן מיט מרדכי, ער הייבט זיך אונטער פון זיין באקוועמע געלעגער, לויפט צו די חברה וואס האלטן אינמיטן שפילן סאקקער, "חברה, לאמיר איבערדרייען!"

אפאר מינוט איז אריבער און מחנות געוועזענע ארעסטאנטן שטייען פארנט פון די קעמפ-מענידזשער'ס ביורא, טייל פון זיי מיט שילדן אין די הענט, און שרייען אויף די ספארט ליבהאבער'ס נוסח און ריטעם "שניצל! שניצל! שניצל!"

"מיר ווילן שניצל, יעצט!" ליינט זיך איין פלאקאט. "מיר בענקען זיך נאך די שניצל!" ליינט זיך די אויפשריפט אויף צווייטענס טי-שירט. ווידערום עזרא אליינס האט זיך צוריק אנגעטון מיט די תפיסה קליידער צו ממחיש זיין זיין פלאקאט'ס "איך גיי צוריק אין תפיסה צו עסן שניצל!"

שמעקט ווי א פאנטאזיע, ניין? יא. אבער ענליך דערצו האט פאקטיש פאסירט.

אין די וואכעדיגע סדרה דערציילט אונז די תורה וועגן די מתאוננים. די אספסוף פון צווישן די אידן האבן זיך דערמאנט אין די קיוקאמבערס און מעלאנעס, אין די פיש וואס זיי האבן געגעסן "אין מצרים". זיי שפירן די שפייעכץ אין מויל, און פאנגען זיך אן צו בענקען... נאך מצרים!

וְהָאסַפְסֻף אֲשֶׁר בְּקִרְבּוֹ הִתְאַוּוּ תַּאֲוָה, וַיָּשֻׁבוּ וַיִּבְכּוּ גַּם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֹּאמְרוּ מִי יַאֲכִלֵנוּ בָּשָׂר.
זָכַרְנוּ אֶת הַדָּגָה אֲשֶׁר נֹאכַל בְּמִצְרַיִם חִנָּם, אֵת הַקִּשֻּׁאִים, וְאֵת הָאֲבַטִּחִים, וְאֶת הֶחָצִיר, וְאֶת הַבְּצָלִים, וְאֶת הַשּׁוּמִים.
וְעַתָּה נַפְשֵׁנוּ יְבֵשָׁה אֵין כֹּל בִּלְתִּי אֶל הַמָּן עֵינֵינוּ.
זיי וויינען אויף זייער שפייז. עס איז זיי טריקן. מען עסט נאר מן.
און וואס איז די מן אויף וואס זיי רעדן זיך אפ? וואונדערליכע ברויט, גראד פון הימל. איר טעם, זאגט די תורה, איז כטעם לשד השמן וכצפיחית בדבש. און וואו קומט דאס פאר? ווען זיי גייען לויט די דירעקציעס פונעם איינציגן באשעפער, ארומגענומען מיט ענני הכבוד און באלויכטן מיט א עמוד אש, און הערנדיג דברי אלקים חיים פונעם מויל פון דער אב הנביאים משה רבינו ע"ה וואס זאגט נאך מפי הקב"ה בכבודו ובעצמו, פנים אל פנים דיבר ה' אל משה שטייט, פה אל פה אדבר בו ומראה ולא בחידות ותמונת ה' יביט.

אבער זיי בענקען נאך זייער פארשקלאפונגס צייט אין מצרים, ווען זיי זענען געווען קנעכט צו פרעה און געארבעט צוואנגס ארבעט מן הבקר עד הערב. נאך פלייש בענקען זיי זיך...

איבערגעזעצט צו אידיש פון די ארגינעלע אויף עברית פון שלום לעם

איבערלעבער » מאנטאג יוני 20, 2016 3:38 pm

· #6937
Re: "אהער מיט די שניצל!"
און וואס איז מיטן אויספיר?

BeeTee » מאנטאג יוני 20, 2016 4:13 pm

· #6939
Re: "אהער מיט די שניצל!"
חברה- לאכטס נישט...
אבער עס שמעקט דא זייער פון...
שניצל!

מיין מיינונג » מאנטאג יוני 20, 2016 6:24 pm

· #6946
Re: "אהער מיט די שניצל!"
איבערלעבער האט געשריבן:און וואס איז מיטן אויספיר?

און וואס איז מיטן ארטיקל?...

די אויספיר איז דאך השקפה, געשריבן דורך מזרחי'סטן. רח"ל......
דער אמת, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, א גוט שטיקל ברענג איך מען זאל הנאה האבן אין ווירטואלער קרעטשמע, מוסר לאז איך פאר די רבנים אין ביהמ"ד.

איבערלעבער » מאנטאג יוני 20, 2016 6:51 pm

· #6947
Re: "אהער מיט די שניצל!"
לגבי דעם ארטיקל? פארשטייסט גוט עברית.

מיין מיינונג » מאנטאג יוני 20, 2016 9:39 pm

· #6956
Re: "אהער מיט די שניצל!"
מיינסט צו ניצן די :P עמאדזשי...

שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 10:50 am

· #7278
Re: "אהער מיט די שניצל!"
פיינע שניצל דאס

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:21 pm

· #8864
Re: "אהער מיט די שניצל!"
יעצט געליינט יעצט געלאכט! דער זאגט גוט!

מיינונג טענק יו!

מיין מיינונג » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:44 pm

· #8869
Re: "אהער מיט די שניצל!"
שוין באלד פארגעסן דערפון. שכח יאהאן. ער שרייבט גאנץ גוט דער מיינונג...

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:48 pm

· #8872
Re: "אהער מיט די שניצל!"
פלאפ! מיינונג, דו האסט געשריבן מיט די ראנג ניק..!

מיין מיינונג » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:55 pm

· #8875
Re: "אהער מיט די שניצל!"
די ערשטע האלב פון די תגובה. יא?

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:33 pm

· #8876
Re: "אהער מיט די שניצל!"
ניין, די ערשטע האלב איז סתם א ליגנט...

שעפעלע » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:36 pm

· #8877
Re: "אהער מיט די שניצל!"
מאמאי קימט באלד מיט הייסא פרישע שניצל זיך נישט קריגן.

יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:55 pm

· #8880
Re: "אהער מיט די שניצל!"
מאמאי, איז דאכצעך א גוי מ'וועט נישט קענען עסן פון זיין שניצל.