נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #590
נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
די אשכול ווערט געגרינדעט לעילו נשמת אממ... כמיין צו באריכטן נייעס און קרישקעלעך פון די זומער אין די קעטסקילס.
לאמיר האפן אז עס וועט זיין פול מיט פרייליכע און גינסטיגע נייעס.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
א קאר האט זיך נעכטן איבערגעדרייט אין סוואן לעיק ביי Old white lake trpk & Fulton Rd, קיינער איז ב"ה נישט ערענסט געשעדיגט געווארן.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
א פיר יעריג קינד איז נעכטן אריינגעפאלן אין א שווים באסיין אינעם "קעי עס עם" באנגעלא קאלאני אין סוואן לעיק, הצלה וואס איז אנגעקומען אין איילעניש צום צענע האבן געארבייט איבערמידליך צו ראטעווען דאס קינד און נאך 30 מינוט ארבייטן האט מען באקומען א פולס, דאס קינד איז געווארן טראנספארטירט אויף לייפנעט-75 טשאפער צום שפיטאל וואו ער האט זיך געפונען א לענגערע צייט אין א קריטישן באוואוסטלאזן צושטאנד ווען כלל ישראל פון איבער די וועלט האט איינגעריסן לרפאות שמעון בן לאה מלכה אסתר.
ליידער האט מען היינט אינדערפרי געהערט די ביטערע בשורה אז כבר נגזרה גזירה און דאס קינד הילד שמעון ע"ה בן אביעזר ווייס (ב"פ) האט אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה לדאבון לב כל בית ישראל.
די לויה וועט פארקומען היינט 2:30 נאכמיטאג פארנט פון ביהמ״ד טשערנאבל אין בארא פארק, ביי די 12׳טע עוועניו און 41׳סטע סטריט.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
בד"ה
א בער!
א חסיד'ישע מיידל דעיקעמפ פארברענגט געשמאק אין זייער סקרינד קלאס רום צווישן די ביימער ביים עק פון די קעמפ שעפנדיג פרישע לופט אין די קלארע קעטסקיל בערג, ווען דאן! א שווארץ קאלירטע באשעפעניש הנקרא בלשון הפסוק 'דוב' שפאנצירט זיך געמיטליך אין ריכטונג פון די אינגע מיידעלעך, ספאנטאן האט אויסגעבראכן יאמערליכע געשרייען פון די לערערינס און קווישטעדיגע קולות פון די קינדערלעך וואס זענען אריינגעפאלן אין א שרעקליכע פאניק א בער! האט זיך געהערט באנומענע קולות, דער גאסט זעהנדיג אז ער איז נישט וועלקאם דא איז ער זיך געגנגען למנוחות ואותם עזב לאנחות מיט טראמאטירטע קינדערלעך אונטער זיך.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
קעטסקילס – צוויי באזונדערע שרעקעדיגע אינצידענטן האבן נעכטן פאסירט אינעם קעטסקילס ראיאן מיט פארלוירענע. די ערשטע אינצידענט האט פאסירט ווען א קליין קינד איז פארשוואונדן געווארן אין א באנגעלא קאלאני אין לעיק פארעסט. א מאסיווע זוך אקציע איז אונטערגענומען געווארן און נאך א קורצע צייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס קינד איז פשוט איינגעשלאפן אויף די טאראסע פון א באנגעלא. די צווייטע אינצידענט האט פאסירט ווען א פאמיליע איז פארלוירן געגאנגען אינעם "מינאוואסקא סטעיט פארק", ווען זיי האבן נישט געטראפן דעם וועג ארויס. זיי זענען אפגעפונען געווארן אין א גוטן צושטאנד.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
ב"ה אז ביידע שרעקעדיגע אינצידענטן האבן זיך גוט געענדיגט
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
א בחור׳ל מיט ספעציעלע געברויכן וועלכער איז פארשוואונדן געווארן מאנטאג 8 אזייגער אווענט אין ראונד-טאפ, איז אפגעפונען געווארן נעכטן פארמיטאג אין א וואלד נעבן דעם קעמפ. דער בחור׳ל איז איינגעשלאפן אונטער א בוים ווען עס איז געווארן טונקל נעכטן נאכט, און ער געפונט זיך ב״ה אין א גוטן צושטאנד.
קאר שניידט אריין אין באנגעלא
מאנטיסעלא – א שרעקעדיגע אינצידענט האט נעכטן פאסירט ווען א קאר האט אריינגעקראכט אין א באנגעלא אין די ״כל טוב״ באנגעלא קאלאני אין מאנטיסעלא, דורכרייסנדיג די וואנט פונעם באנגעלא און אנקומענדיג ביז אינעווייניג. בחסדי ה׳ איז קיינער נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן. 2 זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט לייכטע וואונדן.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
אוטש
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
גוט צו זען אמאל ווי שטארק די באנגעלויס זענען

Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
א נס אז עס איז געבליבן שטיין...
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
די קאר איז ארויס גאנץ?
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
די קאר איז געשעדיגט געווארן אבער נישט 'totaled'.
בער!
א מאמע בער מיט דריי קינדערלעך זענען געזעהן געווארן תשעה באב אין א באנגעלא קאלאני אין סוואן לעיק וואס האט פאראורזאכט א שרעקליכע פאניק בלשון נקיבה מיט הילכיגע געשרייערייען וואס האט באלד נאכגעפאלגט, אלע קינדער זענען גלייך אריין געלייגט געווארן אין הויז ארעסט אן פעראל.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
אן פעראל?
דאס מיינט אז זיי זענען נאך אלס איינגעשפארט?
דארף מען מאכן א פדיון שבוים אקציע
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
ניין, אן "פעיראל", ס'איז א "סיק דעי".
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
Liberty - FD was on scene Monday afternoon at at the Beaumont Estates on the Route 52 of a 2nd alarm fire
The fire started in the kitchen of the 1 story private dwelling.
Numerous mutual aid fire companies were requested to assist in battling the blaze.
EMS transported one burn victim with serious injuries to a area hospital.

m
http://www.nybuff.net/2016/08/3rd-alarm ... es-in.html m
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
א קאר איז געווען געשטראנדעט אין א דיטש פאר א שטיק צייט אין די פארקינג לאט פון לפידות, אפאר אינגעלייט האבן עס צוזאמען ארויסגעשלעפט.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
א בילד ביטע
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
נישט באקומען קיין בילד בלויז די נייעס.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
ביסטו פטור
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
Reports of 2 bucherim missing in bear mountain area. 2 16-year old Bucherim from Stolin camp. Park rangers are conducting the search themselves, not allowing others to join.
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
ברעיקינג: מ'האט זיי געטראפן אין א גוטע צושטאנד
Re: נייעס און באריכטן פון די קעטסקילס
ב"ה! ש'כח פאר די גינסטיגע נייעס.
פון JP
מיט פארלייכטערונג האט כלל ישראל אפגעאטעמט נאכדעם וואס עס זענען אפגעפונען געווארן צוויי בחורים פון קארלינער זומער קעפ אין די קעטסקילס. די צוויי בחורים פון קעמפ קארלין-סטאלין זענען פארלוירן געגאנגען נעכטן ביי א שפאציר אין ״בעיר מאונטעינס״. באלד אינדערפרי ווי נאר עס איז געווארן ליכטיג, האבן זיך מאסן וואלונטירן ארויסגעלאזט אין די וועלדער פון בעיר מאונטעינס צו זוכן די פארלוירענע בחורים, און די משפחה און גוטע פריינט זענען געווען גאר שטאק אנגעצויגן און עס האט געהערשט א זארג אויף זייער וואוילזיין. פילע ואולונטירן אינאיינעם מיט חברים און הצלה האבן מיטגעארבעט מיט די באאמטע, און מען האט זיך באנוצט אויך מיט דראונס פון די לופט, און ברוך השם אז ארום 9 אזייגער אינדערפרי האט מען זיי אפגעפונען אין א גוטן צושטאנד.
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
חברה הצלה ד'קעטסקילס זענען גערופן געווארן צו א שווערע פאל אין די קעטסקילס ווי א קינד איז געפאלן פון 40 הויעך (ארום 4 שטאק) אין Minnewaska State Park אין עלענוויל נוא יארק.
דאס קינד איז אפגעפירט געווארן צום וועסטשעסטער שפיטאל אין א שווערע צושטאנד.
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
די נאמען פונעם קינד מתפלל צו זיין איז:
יושע בן אלטא חי' דבורה