קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » מאדנע און שמייכלדיגע נייעס

מאדנע און שמייכלדיגע נייעס

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #597

יאהאן » מאנטאג יולי 25, 2016 1:47 pm

· #7453
מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
יאפ, כשמו כן היא! מאדנע און שמייכלדיגע נייעס.

הערט איר אמאל א נייעסל וואס האט איבערצייגט אייערע לעפצן צו ווערן צושפרייט פארמירנ'דיג א שמייכל סיטואציע, דאן ברענגט די נייעס צום קרעטשמע און שרייבט עס אט דא, מיטן האפענונג אז דאס זעלביגע זאל זיך איבערשפילן אויף אנדערע אידן'ס בעקעלעך.

יאהאן » מאנטאג יולי 25, 2016 1:47 pm

· #7454
Re: שמייכלדיגע נייעס
די איראנער רעגירונג האט געזאמלט הונדערט טויזנט טעלעוויזיע געצייגן פון איבערן לאנד און דאס פארניכטעט מיט ספעציעלע טראקטארן, נאכ׳ן באשולדיגן אז דורך די געצייגן זענען פארשפרייט געווארן ״אומלעגאלע״ מערב וועלט פראפעגאנדע.

שלומיאל » מאנטאג יולי 25, 2016 4:33 pm

· #7463
Re: שמייכלדיגע נייעס
יישר כח פארן ברענגן א שמייכל אויף מיינע לעפצן
(איך האב שיעור געלאכט, מיט גרויס אנשטרענגונג איז עס געווען נאר א שמייכל)

יאהאן » מאנטאג יולי 25, 2016 6:48 pm

· #7473
Re: שמייכלדיגע נייעס
נו אז ס'געפעלט דיר יא גיב א דריק דארט דעם לייק קנעפל
זיי נישט אזוי קארג

קרעדיט: שלומיאל

שלומיאל » דינסטאג יולי 26, 2016 10:37 am

· #7514
Re: שמייכלדיגע נייעס
מיין לייק קנעפל איז צובראכן יעצט
א טעקנישאן ארבעט שוין עטליכע שעה צו פאררעכטן די פראבלעם

יאהאן » דינסטאג יולי 26, 2016 1:46 pm

· #7534
Re: שמייכלדיגע נייעס
לאז וויסן ווען עס ווערט פאראכטן, אדער גיב א לייק (אן דעם וואס מ'זאל דארפן קודם אריינלייגן א קוואדער... כ'מיין א לייק...) וועל איך זעהן אז ס'ארבייט.

שלומיאל » דינסטאג יולי 26, 2016 4:42 pm

· #7564
Re: שמייכלדיגע נייעס
צוריק צום נושא

ביטע לייג נאך שמייכל'דיגע נייעס

יאהאן » דינסטאג יולי 26, 2016 7:14 pm

· #7579
Re: שמייכלדיגע נייעס
א מאטאר סייקליסט איז דעם שבת געווארן אפגעשטעלט אין א שטעטל אין ענגלאנד פארן שלעפן א 'פעקל פאטעיטאס' אויף די מאטאר סייקל.

1232.PNG
1232.PNG (240.11 KiB) געזעהן געווארן 962 מאל

m http://www.upi.com/Odd_News/2016/07/26/ ... =sec&or=on m

יאהאן » זונטאג יולי 31, 2016 6:09 pm

· #7673
Re: שמייכלדיגע נייעס
קאלאראדא – אין א מאדנע אינצידענט, האט דאנעלד טראמפ געדארפט ארויסגעראטעוועט ווערן פון אן עלעוועיטאר וועלכע איז געבליבן שטעקן. דער אינצידענט האט פאסירט ווען טראמפ האט באזוכט א האטעל אין קאלאראדא ספרינגס, קאלאראדא, וואו די סיקרעט סערוויס האט איבערגענומען די קאנטראלן אויף די עלעוועיטאר סיסטעמען אינעם האטעל, און דער עלעוועיטאר מיט 10 מענטשן, אריינגערעכנט טראמפ, איז שטעקן געבליבן צווישן די ערשטע און צווייטע שטאק. די קאלאראדא ספרינגס פייער דעפארטמענט האט דורכגעפירט א רעטונגס אקציע, דורכ'ן אריינשטעקן א לייטער אינעם עלעוועיטאר און טראמפ און די אנדערע זענען ארויסגעקראכן פונעם עלעוועיטאר דורכ'ן לייטער.

יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:34 pm

· #7835
Re: שמייכלדיגע נייעס
טוריסט בטעות איינגעשפארט אין פליטים לאגער

דייטשלאנד – אן אינטערעסאנטע געשיכטע ווערט באריכטעט איבער א כינעזער טוריסט אין דייטשלאנד וועלכער איז בטעות געווען איינגעשפארט אין א פליטים צענטער פאר 12 טעג.
דער טוריסט האט געוואלט איינגעבן א באריכט צו די אויטאריטעטן אין היידעלבורג, דייטשלאנד איבער א בערזל וואס ער האט פארלוירן, אבער ער האט בטעות אונטערגעשריבן אן אפליקאציע צו באקומען א פליטים סטאטוס, וויבאלד ער נישט פארשטאנען וואס די באאמטע האבן גערעדט צו אים און זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער רעדט צו זיי. ער איז באפרייט געווארן נאך 12 טעג, ווען מ'האט זיך געכאפט אויפן טעות.

שלומיאל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 1:04 pm

· #7846
Re: שמייכלדיגע נייעס
חחח איי איז דאס א דורכפאל

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:41 pm

· #8005
א נאכמאכער פון טראמפ פארדינט פערציג טויזנט דאלאר א חודש!
פאר איינעם האט טראמפ זיכער פארבעסערט די עקאנאמיע, דזשאן דימאניקו איז שוין יארן א מענטש וואס פארדינט געלט פון זיין אויסקוקן ענדליך צו דאנאלד טראמפ און גייט צו אווענטן און מאכט פרייליך דורך נאכמאכן דעם קוריאזן ביליאנער.

יעצט, ווען טראמפ האט אזויפיל אטענשאן איז עס גוטע ביזנעס פאר זיין נאכמאכער, און דאמאניקאו שארט געלט. ער ווערט גערופן צו געעשעענישן און קען באקומען ביז צען טויזנט דאלאר פאר אן אויפטריט.

דאמאניקאו נוצט די וואוילגארע טראמפ שפראך און פארשעמט מענטשן ביי זיינע "ראליס" אבער דאך זאגן ליצים אז ער איז פיל איידעלער ווי דעם עכטן טראמפ.

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:43 pm

· #8007
40 מעסערס ארויסגעשלעפט פון מאגן
אינדיע – א מאדנע געשיכטע ווערט באריכטעט פונעם פּונדזשאב ראיאן אין אינדיע, וואו דאקטוירים האבן דורכגעפירט אן אפעראציע און ארויסגענומען אזויפיל ווי פערציג מעסערס פון א מענטש׳ס מאגן. דער מאן, דזשארנאל סינג, האט געזאגט פאר די דאקטוירים איז ער איז געווארן ״עדיקטעט״ אראפצושלינגען מעסערס. די מעסערס האבן וואונדערליך נישט אנגעמאכט קיין ערנסטע שאדנס.

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:59 pm

· #8011
Re: שמייכלדיגע נייעס
א צוועלעף יעריג קינד 'וועסטאן איימאר' איז דער פארזיצער פון דאנעלד טראמפ׳ס קאמפיין אפיס אין דזשעפערסאן קאונטי, קאלאראדא - א קריטישע סווינג סטעיט.

וואס לאכסטו?

יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:17 pm

· #8028
א נייע לעזונג צו די דירות קריזית!!!
ספעיס - אינטערנאציאנאלע אסטראנאמער האבן געמאלדן אז זיי האבן אנטדעקט א נייעם פלאנעט-שטערן וועלכע האט גאר ענליכע אייגענשאפטן צו אונזער פלאנעט ערד. דער נייער פלאנעט ״פּראקסימאו בי״ איז אזויפיל ווי 25 טריליאן מייל ווייט פון אונזער פלאנעט ערד, אבער די אסטראנאמער זאגן אז דער פלאנעט פארמאגט מעגליך נאטורליכע וואסער און אנדערע זאכן וואס געבט די מעגליכקייט פאר מענטשן צו וואוינען דארט. אויב דאס שטעלט זיך ארויס דער פאקט, וועט עס זיין די ערשטע פלאנעט (אויסער פלאנעט ערד) וואס איז פולקאם מעגליך פאר מענטשן צו וואוינען געהעריג דארט.

יאהאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:02 pm

· #8140
תחיית המתים...
א ניו דזשערסי פרוי וועלכע איז אין 1930 בטעות דערקלערט געווארן טויט נאכ'ן זיין פארמישט אין א קאר עקסידענט, איז געשטארבן, צום צווייטן מאל..., אין עלטער פון 94 יאר. זי איז נאכ'ן עקסידענט אין 1930 געברענגט געווארן צום טשאפעל און דערקלערט געווארן טויט, אבער זי האט זיך אויפגעכאפט און ווייטער געלעבט, האבנדיג אפילו דריי קינדער.

יאהאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:03 pm

· #8141
קיין פלאץ פאר מיליאן דאלערדיגע פייער טראק...
סיטי באאמטע אין לעבאנאן, אהייא האבן זיך זעלבסט אויסגעלאכט נאכ'ן אויסגעבן נאנט צו א מיליאן דאלער פאר א נייעם פייער טראק און ווען דער טראק איז אנגעקומען, האט מען געזען אז עס איז צו גרויס און קען נישט אריינפארקירן אין די לאקאלע סטאנציע.

איבערלעבער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:09 am

· #8142
Re: שמייכלדיגע נייעס
יאהאן האט געשריבן:ספעיס - אינטערנאציאנאלע אסטראנאמער האבן געמאלדן אז זיי האבן אנטדעקט א נייעם פלאנעט-שטערן וועלכע האט גאר ענליכע אייגענשאפטן צו אונזער פלאנעט ערד. דער נייער פלאנעט ״פּראקסימאו בי״ איז אזויפיל ווי 25 טריליאן מייל ווייט פון אונזער פלאנעט ערד, אבער די אסטראנאמער זאגן אז דער פלאנעט פארמאגט מעגליך נאטורליכע וואסער און אנדערע זאכן וואס געבט די מעגליכקייט פאר מענטשן צו וואוינען דארט. אויב דאס שטעלט זיך ארויס דער פאקט, וועט עס זיין די ערשטע פלאנעט (אויסער פלאנעט ערד) וואס איז פולקאם מעגליך פאר מענטשן צו וואוינען געהעריג דארט.

וואס איז שמייכלדיג מיט דעם נייעסל?

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:34 am

· #8143
Re: שמייכלדיגע נייעס
אז דו פרעגסט...

'25 טריליאל מייל' כ'זוך א פארטנער פאר א שפאנציר...

איבערלעבער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:01 am

· #8152
Re: שמייכלדיגע נייעס
כלפי די גרויסקייט פון די יוניווערס, איז עס א קאצן שפרונג.
מה רבו מעשיך ה׳

יאהאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:20 pm

· #8156
Re: שמייכלדיגע נייעס
אמת, אבער די 'נייעס' איז אז מענטש "קענען" לעבן דארט... נו איז וואס? האסט מיר א היטש...?

יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:57 pm

· #8219
נייע פארבאט אויף איסלאמישע בורקא דורך... אייסיס!
די אייסיס לאקאלע רעגירונג אין די איראקער שטאט מאסול וואס איז אונטער זייער קאנטראל האט ארויסגעגעבן א פרישע פארבאט פאר פרויען זיך צו איבערדעקן דעם פנים מיט א בורקא, נאכדעם וואס אין די פארגאנגענהייט האבן זיי שוין אומגעברענגט פרויען פאר'ן נישט גיין א בורקא. זיי זאגן אז די נייע פארבאט איז צוליב זיכערהייט סיבות, נאכדעם וואס עטליכע פרויען איינגעוויקלט אין בורקאס האבן דורכגעפירט אטאקעס אויף אייסיס קאמאנדירן אין די שטאט, און עס איז אוממעגליך זיי צו כאפן ווייל זיי האבן שוץ אונטער זייערע בורקאס.

די נייע געזעץ לויטעט אז מען וועט נישט קענען אריינגיין אין א געביידע מיט א בורקא, און אנשטאט דעם וועט מען דארפן זיך איבערדעקן די אויגן מיט א לעכעריגע סחורה, און איבערדעקן די הענט מיט א ספעציעלע הענטשוך. אינטרעסאנט אז ווען פראנקרייך האט פארבאטן בורקאס צוליב די זעלבע סיבה איז אייסיס געווען פון די ערשטע צו ארויסקומען מיט ווידאוס סטראשענען פראנקרייך אויף די געזעצן וואס "טוען אונטעדריקן מוסלעמענער און איסלאם"... ביטע נישט לאכן...

איבערלעבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:08 pm

· #8251
Re: שמייכלדיגע נייעס
פארוואס נישט לאכן?
איך לאך אויף אלע באקן, כן ירבו!

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:18 pm

· #8265
Re: שמייכלדיגע נייעס
איראנער מידיא'ס פארבריצירט פאלשע בורקא נייעס...

טעהראן – אין די לעצטערע טעג איז באריכטעט געווארן א נייעס אין מערב-וועלט מידיא קאנאלן אז די אייסיס טעראר גרופע האט ארויסגעגעבן א פארבאט אז פרויען איינוואוינער אין אירע טעריטאריעס טארן מער נישט ארומגיין מיט די בורקא קליידונג וועלכע דעקט צו דעם גאנצן פנים. די נייעס האט אויסגעזען מאדנע, וויבאלד אייסיס פירט זיך לויט'ן שארפסטן ווערסיע פונעם איסלאמישן גלויבן וועלכע רופט פרויען צו פארדעקן דאס געזיכט. דער באריכט האט געלויטעט אז עטליכע אנטי-אייסיס מיליטאנטן האבן דורכגעפירט אטאקעס אויף אייסיס פאזיציעס אין איראק, דורכ'ן זיך פארשטעלן מיט בורקאס, און וועגן דעם האט אייסיס ארויסגעגעבן דעם פארבאט אויף די בורקאס.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע געשיכטע איז געווארן אויפגעטראכט דורך איראנער מידיא קאנאלן, וועלכע האבן געוואלט פארשמירן דעם נאמען פון אייסיס, וויבאלד אייסיס זענען סונישע מוסולמענער און איראנער זענען שאיאטישע מוסולמענער.

בקיצור לא דובים ולא בער...
איבערלעבער, כאדיך געזאגט נישט לאכן...

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:34 pm

· #8268
Re: שמייכלדיגע נייעס
:P

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 4:43 pm

· #8281
Re: שמייכלדיגע נייעס
גערי דשאנסאן: וואס איז דאס אלעפא?
א קאמישע מאמענט האט זיך אפגעשפילט אויף איינע פון די מידיע קאנאלן היינט אינדערפרי ווען דער ליבערטעריען פרעזידענט קאנדידאט גערי דשאנסאן האט אין אן אינטערוויו געפרעגט מיט וואונדער "וואס איז דאס אלעפא?" אלס רעאקציע צו די פראגע פון די רעפארטער וואס ער פלאנט צו טון איבער די קריזיס וואס פלאגט די סירישע שטאט וואס איז אונטער א הומאניטארישע קריזיס צוליב די אנגייענדע באמבאדירונגען. דשאנסאן קאנצעטרירט זיין קאמפיין אויף דאמעסטישע אנלעגנהייטן אבער עס איז סורעאליסטיש צו זען א פרעזידענטליכע קאנדידאט ווייסט גארנישט איבער א טעמע וואס האלט די וועלט פארנומען.

יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:53 pm

· #8305
צפון קארעא דערקלערט סארקאזם אומלעגאל!!!
דער צעיושעטער דיקטאטור פון די קאמוניסטישע צפון קארעא, קים יאנג אן, האט ארויסגעגעבן א פרישע געזעץ אז "סארקאזם" איז גענצליך פארבאטן. עקספערטן זאגן אז קים יאנג אן האט אנגעהויבן ווערן באזארגט אז זיינע מיליאנען אונטערדרוקטע בירגער וועלכע באגיסן אים מיט לויב און שעצונג, טוען דאס נאר אלס א וויץ און אין רעאליטעט האבן זיי אים פיינט. אלס רעזולטאט, איז באשטעטיגט געווארן דער נייער געזעץ, אז קיינער וועט מער נישט טארן לאזן פאלן קיין שום סארקאסטישע סטעיטמענטס אין ריכטונג פון די רעגירונג און דער פירער קים יאנג אן. א ביישפיל איז אז אויב איינער וועט זיך אויף עפעס אפרעדן אין לאנד און זאגן "דאס איז אלעס אמעריקע'ס שולד", וועט עס באטראכט ווערן ווי א קרימינאלע אקט, און יענער וועט אויסשטיין טורמע אדער ערגערס.

העי דו! מיינסט סא דשאוק?

איבערלעבער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:48 pm

· #8387
Re: שמייכלדיגע נייעס
ס'איז שוין גארנישט קיין וויץ. דארט ווי די שטערקסטע וואפן איז דורך געפאלן, קען סארקאזם מצליח זיין.
ער האט וואס מורא צו האבן.

יאהאן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:34 pm

· #8391
Re: שמייכלדיגע נייעס
אוודאי איז עס נישט קיין וויץ, ס'איז דאס אומלעגאל...

די וויץ איז אז מ'בענט אזא זאך..

יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:42 pm

· #8446
א גאלדענע ביה"כ
א ביה"כ בענקל געמאכט פון... 18 קעראט גאלד! איז נעכטן געווארן אינסטאלירט אין די Guggenheim מיוזיאם אין ניו יארק סיטי אויף די פערטע שטאק, די פונקציענירענדע ביה"כ איז געווארן דיזיינט דורך א איטאליענישטע ארטיסט Maurizio Cattelan, די גארדס וויסן נאכנישט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז קיינער גנב'עט עס נישט...

שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:15 pm

· #8460
Re: שמייכלדיגע נייעס
ווער וועט האבן די זכי' צו גיין הכנות דארט?

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:16 pm

· #8502
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
עליזאבעט, ניו דזשערסי – איינע פון די מאדנע פונקטן פון די באמבארדירונג געשיכטע איז געווען אז צוויי מאל זענען די באמבארדירונגען צונישט געווארן דורך היימלאזע שמאטע זאמלער. איינמאל מוצ"ש אין מאנהעטן, וואס מען גלויבט אז זייער אקט האט צובראכן די באמבע. די אנדערע מאל איז געווען זונטאג נאכט אין עליזאבעט, ניו דזשערזי. דער פארשוין אינעם ניו דזשערזי געשיכטע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס לי פארקער, ער האט געפונען דעם רענצל מיט די באמבעס, ער האט קודם געמיינט אז עס אנטהאלט עפעס ווערטפולס, אבער האט שפעטער באמערקט אז עס איז באמבעס און האט שנעל גערופן די פאליציי.

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:24 pm

· #8504
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
צפון קאארעא האט בטעות פארבונדן איר אינטערנעט סיסטעם מיט די אלוועלטליכע אינטערנעט.
אין די לאנד עקזיסטירט גאנצע 'אכט און צוואנציג' וועבזייטלעך!

m https://t.co/KItXfcT70m m

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:38 pm

· #8573
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
"איך האב נאך אן אלעפא מאמענט" איז געווען די רעאקציע פון פרעזידענט קאנדידאט גערי דזשאנסאן ווען א רעפארטער האט אים געפרעגט ביי א טאון האלל זיצונג וועלכע וועלט פירער ער שעצט.

דער ליבערטעריען קאנדידאט האט נישט געקענט ארויפברענגען קיין איין נאמען אויפן פלאץ. און זיך אנגערופן "אוי, איך האב נאך א אלעפאו מאמענט" באציענדיג זיך צו די בארימטע אינטערוויו, ווען מען האט אים געפרעגט איבער די צושטאנד אין אלעפא-סיריע, ווי עס גייען פאר גרויסע מלחמות, און ער האט געפרעגט "וואס איז אלעפא". זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט ביל וועלד האט אים אונטערגעזאגט און ער האט זיך דערמאנט אז ער שעצט דעם דייטשן קאנצלער מערקעל און דער פאריגער מעקסיקאנער פירער.

יאהאן » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:20 pm

· #8676
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
א טראגי-קאמישע אינצידענט האט פאסירט אין די שטעטל סאבנא אין צפון ליביע צוליב א מאלפע. דאס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס א מאלפע וואס האט באלאנגט צו א לאקאלע פאמילע האט אטאקירט א מיידל, און די משפחה פון די מיידל האט געזוכט צו נקמה נעמען אין די מאלפע און א קאנפראנטאציע האט אויסגעבראכן צווישן די וואס האבן געזוכט צו פארטיידיגן די מאלפע, און 3 מענטשן זענען אומגעקומען אין די געשלעג.

די געשלעג האט געברענגט א מאסיווע קאמפ צווישן די איינוואוינער אין שטעטל, און האט געברענגן ווילד געשלעגן און כאאס וועלכע האט איבערגעלאזט אזויפיל ווי 20 טויט און נאך ארום 50 פארוואונדעטע. אינטרעסאנט אז די פאמיליע וואס האט געהאט אין זייער באזיץ די מאלפע איז קאדאפי, משפחה מיטגלידער פון דעם פארשטארבענער דיקטאטור מואמער קאדאפי.

שעפעלע » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 2:42 pm

· #8677
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
יאהאן האסט א פיין פעדער
שכוח

keep it up

האסטו געהערט אזאנס? » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:04 pm

· #8681
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
גם אני מצטרף

יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:52 pm

· #8917
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
אמעריקאנער און צפון קארעא פרעזידענטן שפאצירן אין האנג קאנג...

האנג קאנג. - צוויי ליצים האבן זיך פארשטעלט, איינער פאר'ן צפון קארעאר פירער, קים דזשאנג אן, און דער אנדערער אלס דער נייער אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, און זיי האבן אזוי שפאצירט פריינטליך אין די גאסן פון האנג קאנג, ציענדיג נייגעריגע בליקן. דער צפון קארעאר פירער האט גייענדיג געשריגן קללות קעגן אמעריקע, בשעת דער 66 יעריגער קאמידיאנט, וועלכער האט געשפילט די ראלע פון טראמפ, האט עס ווייטאגליך צוגעהערט. קים דזשאנג אן האט אויך געזאגט אז ער איז שטארק צופרידן פון דער ערוויילונג פון טראמפ, ווארום טראמפ איז א דיקטאטור ווי אים, און אזוי וועלן זיי האבן א פרוכטבארע פריינטשאפט. ביים שפיל איז נישט אראפגעשפילט געווארן וויאזוי טראמפ וועט רעאגירן אויב צפון קארעא טרעט דורך דער רויטער ליניע און שיסט אינטער-קאנטינענטאל באליסטיק מיסילס.

מיין מיינונג » דינסטאג יאנואר 31, 2017 7:02 pm

· #9065
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
IMG_0442.JPG
IMG_0442.JPG (72.37 KiB) געזעהן געווארן 1071 מאל

געפעלט אייך דאס בילד?

דער פרינץ פון סאודי אראביע האט באצאלט 80 זיצן אויפ׳ן עראפלאן צו טראנספארטירן די פויגל.

יאהאן » דינסטאג מערץ 28, 2017 2:48 pm

· #9207
סענ. שומער רייסט זיך אויף אויף טראמפ שטיצער...
ניו יארק דעמעקראטישער סענעטאר שטאק שומער האט געמאכט העדליינס ווען ער האט "געמאכט א צענע" אין א מענהעטען רעסטאראנט שרייענדיג אויף א רייכע טראמפ שטיצער אז טראמפ איז א ליגענער...

די ספעקטאקל האט זיך אפגעשפילט ווען שומער איז געזעסן אין א רעסטאראנט מיט חברים ווען ער האט אנגעטראפן "דשאסעף א. קאליפענא Jr." א געוועזענער 'סעקרעטערי אוו העלט, עדשאקעישאן און וועלפעיר' אונטער פרעזידענט 'דשימי קארטער' און 'דאמעסטיג פאלעסי עדווייזער' אונטער פרעזידענט 'לינדאן דשאנסאן', ווען ער איז געזעסן צוזאמען מיט זיין ווייב "הילערי" (יא, דאס איז איר נאמען...)

שומער האט פארגעהאלטן קאליפאנא'ס ווייב 'הילערי' פארוואס זי האט געוואוט פאר טראמפ ווען איר מאן איז א באוויסטע דעמאקראט. די קאפל ווילנדיג אויסמיידן אומאיינגענעמליכקייטן האט זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן ארויסגיין פון די רעסטאראנט, שומער האט זיך "אויפגעריסן" און אנגעהויבן שרייען אויף זיי "ווי קענט איר וואוטן פאר טראמפ? ער איז א ליגענער! ער איז א ליגענער! איבערזאגנדיג "ער איז א ליגענער" אפאר מאל!

די אנטווארט פון מיס. הילערי:
“Sen. Schumer was really rude . . . He’s our senator, and I don’t really like him. Yes, I voted for Trump. Schumer joined us outside and he told me Trump was a liar. I should have told him that Hillary Clinton was a liar, but I was so surprised I didn’t say anything.”

יהודי » דינסטאג מערץ 28, 2017 7:59 pm

· #9214
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
# אסאך טאלעראנץ

מיין מיינונג » פרייטאג מאי 26, 2017 6:13 pm

· #9454
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
ביי די גאז סטאנציעס שטייט געווענליך מען זאל אויסלעשן די ענזשין, איר פאלגט עס?
את״ל אז יא, נעמט איר ארויס די שליסל?
את״ל אז נישט, וועט איר פון א מינוט ארום און ווייטער טוישן אייער הנהגה...

א פרוי אין וויסקאנסין איז געווען אין גאז סטאנציע אנפילן איר טאנק, ווען זי האט צו איר וואונדער פלוצלינג באמערקט אז גנבים זעצן זיך אריין אין איר קאר און ווילן אפטראגן דערמיט. די פרוי איז ארויפגעשפרינגען אויף די קאר׳ס נאז, און אזוי ארום געשטערט די גנבים פון קענען אפטראגן מיט איר קאר.

מיין מיינונג » מיטוואך יוני 07, 2017 12:34 am

· #9514
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
המממ, נישט קיין שלעכטע געדאנק...

א פארשוין אין מעין איז געגאנגען אין א רעגירונגס אפיס און באקומען א ענטפער אז ער איז נישט בארעכטיגט פאר די בענעפיט אויף וואס ער האט זיך איינגעגעבן.
אז מען גייט אין א רעגירונגס אפיס נעמט מען געווענליך מיט בעד-בּאָגס, ניין?... ער האט ארויסגענומען א קאנטעינער מיט בעד-בּאָגס און זיי אויסגעגאסן אויפן דעסק...

די געביידע איז געווארן פארשפארט, און מען האט עס גוט באשפריצט און בודק חמץ געווען בעפאר מען האט עס צוריקגעעפנט מאנטאג.

שעפעלע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:12 pm

· #9516
Re: מאדנע און שמייכלדיגע נייעס
:P