קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » האט איר שוין אויסגעפאסט?

האט איר שוין אויסגעפאסט?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #604

יאהאן » זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:44 pm

· #7856
האט איר שוין אויסגעפאסט?
יא? אויף וואס?
מיר האבן אויסגעפאסט אויף די וויין פון הבדלה, אוי איי לאמיר רעדן פון גוטע זאכן...

מיין מיינונג » זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:06 pm

· #7857
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
מיר האבן אויסגעפאסט אויף די גרעיפדזשוס געמישט מיט וויין פאר הבדלה. גוטע זאכן דאס

נאכדעם האבן מיר געמאכט א מזונות אויף א סלייס טשאקלעד באבקע, אומגעפער א דרייפערטל אינטש ברייט, נאכפאלגענדיג מיט א שמעלערע. דאן האבן מיר געמאכט א ב״פ העץ אויף מאנגאו, און א ב״פ האדמה אויף וואסער מעלאונע. נאך א נאך ברכה (נישט פארגעסן צו דערמאנען על הגפן ב״ה) האב איך אנגעטאן די שיך און ארויס צו קידוש לבנה און געזאגט ברוב עם בס״ד.

צוריק קומענדיג אהיים האבן מיר זיך געזעצט צום טיש און געגעסן ״בראפער״... די מעניו איז געווען, פרישע וועזשטעבל סאלאט (קיוקאמבער, טעמעיטע, רויטע פעפער, צוויבעלע מיט אויל, זאלץ און שווארצע פעפער), ווארעמע אייער שפייז, היימישע אוואקאדאו סאלאט (עס האט קיוקאמבער, צוויבעלע מיט אייער און אביסל אויל און זאלץ), טונא סאלאט און אמעריקאנע טשיז. מיר האבן גענומען (אויסער די אייער שפייז און וועזשטעבל סאלאט) פון די אוואקאדאו סאלאט און אמעריקאנע טשיז. נאכדעם האבן מיר געטרינקען א ווארימע קאווע און געבענטשט. נאכן אביסל קומען צו זיך און מסדר זיין דאס הויז אביסעלע גיימיר זיך יעצט לייגן מיט האפענונג אז קומענדיג יאר וועלן מיר האלטן ביי א מוצאי יום טוב נאכן זינגען דעם גאנצן קינות׳ל מיט שמחה, בביאת גואל צדק בב״א.

יאהאן » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:47 pm

· #7859
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
און האב אלעמאל געמיינט אז מיין מיינונג איז א דארע שלאנקע אינגערמאן...

"בראפער" :D

מיין מיינונג » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:33 pm

· #7861
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
וואס מאכט דיר יעצט טראכטן אז נישט?

כעין בראנטש

יאהאן » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:50 pm

· #7862
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
אין מיר פיט נישט אזא סעודה... המממ אפשר יא? נע, כ'וויל נישט טרייען...


כבר כאפטי מלפנים ומשו"ה לאכטי

מיין מיינונג » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:25 pm

· #7864
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
וויאזוי ווייסטו די מאס? איך האב נאר געשריבן די מעניו...

יאהאן » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:34 pm

· #7865
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
עה, די שפייאכץ וואס רינט אראפ על פי מידותיו באשטעטיגט מיין פארדאכט...
און מיינסט איך זע נישט דיין שמיציגע העמעד און די ציצית וואס איז אויך נישט געווארן אפעשוינט, דאס געשעהט נישט ווען מען איז נאר טועם...

שלומיאל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:45 pm

· #7868
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
איך האב שוין אויך אויסגעפאסט ב"ה

(איך זאג ענק צי)

יאהאן » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:00 pm

· #8580
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
איך האב נאכנישט אויסגעפאסט...

מיין מיינונג » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 8:52 pm

· #8586
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
איך יא, שוואכע השגות געווען דאס מאל

יאהאן » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:33 pm

· #8587
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
האמיר שוין אויסגעפאסט (א מזל פאר מיין ווייב...)

מיינונג, ס'הייסט שוואכע השגות?

מיין מיינונג » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:08 pm

· #8589
Re: האט איר שוין אויסגעפאסט?
קעגן די השגות וואס מיר האבן משיג געווען מוצאי תשעה באב, דאן איז געווען גדלות המוחין...
אויסגעפאסט אויף א גלעזל מי פירות, נאכדעם האב איך געגעסן אפאר סלייסעס קאוקאש קעיק פון וואס דער משמש האט צוגעגרייט. אינדערהיים האב איך באקומען א טעלער זופ (צומאלענע וועדזשטעיבלס) און שיריים פון די סעודות...