קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!!

שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #612

נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:42 pm

· #8254
שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!!
אין די לעטצערע תקופה איז פארגעגאנגען א גרויסער הצלת העגונה קאמפיין
דער קאמפיין איז געווען צו רעיזען גרויסע געלטער פאר א פריוואטער סכסוך
ליידער האט זיך גענדיגט זייער טראגיש דער גאנצער פאנדרעיזינג קאמפעין
ווען מיט די געלט איז איינער געווארען אויפגענימען צו העלפן די צד האשה
דערוויילע איז די FBI געווארן פארמישט אין די עסק, און האבן אינטערגעשטעלט הער אפאראטען ווי
עס איז ליידער געלינגען צו ארעסטירען אויף שוידערליכע קלאגעס 2 עסקנים

ווענדונג צו די עסקנים, האלט פאר אייערע אויגן!!!

עסקנות איז טאקע זייער וויכטיג
אבער נישט אלעס קען מען און מעג מען טון
יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו, עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט טון דערין און מען טאר אין דעם נישט טון
עס איז היינט זייער א אפענע וועלט און יעדע קלייניקייט קען גלייך אנקומען צו די אינסטאנצען און עס קען זיך ביטער אויסלאזען
זאל מען הערן נאר בשורות טובות

יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:20 pm

· #8256
Re: שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!
נישט ממש פאטאל.
מיט באשולדינגונגען אז די 'פלאן' איז געווען צו מאכן א 'פאטאלע' ענדונג צום עגונה'שאפט, (וואס איז לכאו' נישט אמת).

נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 1:27 pm

· #8257
Re: שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!
יא יא
אבער די ארעסטירטע האבן זיך נעבעך דערזען אין א פאטאלער עקסידענט
ווען דער באצאלטער שליח וואס האט זיי געזאלט שטיין צו די האנט האט זיי אריינגעריקט אינטער גראטעס וואס קען רח"ל אפעקטירען פאר לייוו השם ירחם.

שלומיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 4:29 pm

· #8273
Re: שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!
איינע פון די צוויי ארעסטירטע הייסט שמעון

אויפן פסוק: ויקח מאתם את "שמעון" ויאסר אותו לעיניהם
זאגט רש"י: "הוא שאמר ועתה לכו ונהרגהו"

איבערלעבער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:53 pm

· #8388
Re: שאק: פובליק קאמפיין איבער פריוואטער סכסוך גענדיגט פאטאל!
איבער'ן עצם פלאן וועל איך שוין גארנישט זאגן.
אבער וואס איז מיט די נידערטרעכטיגקייט פון זאמלען צדקה ביים עולם און עס נוצן פאר אזעלכע צוועקן, האט דען דער עולם געגעבן רשות דערפאר?

נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:06 pm

· #8396
עמיצער האט דא געשפילט מיטן ציבור
מען זאמעלט יעצט אויך געלט צו ראטעווען די ארעסטירטע

דער קאמפיין צו שאפן 60 אלפים האט נעבעך געברענגט תוצאות אז מען דארף יעצט זאמלען 500 טויזענט דאלער ה' ירחם.