סאטמאר בראדוועי מצה בעקעריי נעמט אויף נייע CEO...
די לאנגיעריגער 'בעל הבית' און פירער פון די סאטמאר בראדוועי מצה בעקעריי הרה"ח דוד ראזענבערג שליט"א ווערט 'ריפלעיסט' מיט א צווייטן צו פירן די מצה בעקעריי מהיום והלאה
שפעקולאנטן שפאקולירן און אלסווייסערס ווייסן אז דאס איז נישט אזוי 'פשוט'...
ווער עס האט דיטעילס, פרטים, קלארשטעלונגען, באריכטן, נייעס און קרישקעלעך והמסתעף בענין, ביטע מיטטיילן.
Re: סאטמאר בראדוועי מצה בעקעריי נעמט אויף נייע CEO...
צום ערשט איז די קעפל נישט ריכטיג. די מצה בעקערי נעמט נישט א נייע CEO, די וואס האבן דאס געטון האבן גארנישט מיט די מצה בעקערי. נישט מהרז"ל האט עפעס מיט די בעקערי און נישט אברהם בער יאקאבאוויטש...
נאכדעם, די שמועות זאגן אז ר׳ דוד איז שוין צוריק על ממלכתו, הוא ובניו.
געהערט האב איך אז דער וואס האט געדארפט צו איבערנעמען איז ר׳ אלתר ברוך עקשטיין.
איך האף אז די קהילה (ומהרז"ל בראש) וועט זיך גוט איבערקלערן און איבערטראכטן וואס דא איז געשען. אנגעשטינקען די גאנצע וועלט צוליב א ווילדער סגן ראש הקהל, און נאך אלעם, ווען באזעסענע אידן האבן זיך אריינגעמישט, איז אלעס צוריק צום אלטן. חוץ א שלעכטן גערוך, האט מען וואס אויפגעטון?
Re: סאטמאר בראדוועי מצה בעקעריי נעמט אויף נייע CEO...
מען דארף האבן צוזאמען מיט בראדוועי די ראזענבערג משפחה אנע דעם האט עס עפעס קיין טעם די מצות.
Re: סאטמאר בראדוועי מצה בעקעריי נעמט אויף נייע CEO...
וואס איז געבליבן צום סוף ?
Re: סאטמאר בראדוועי מצה בעקעריי נעמט אויף נייע CEO...
געבליבען איז אז ראזענבערג איז צוריק לאיתנו על אף וואס רז"ל האט געפייט קעגן אים מכלומרשט אז ער מאכט שאדן פאר די קהלה געלט