קרעטשמע — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן

פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #629

בולעטין » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:11 pm

· #8806
פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן
ק/פ
מיין חבר זאגט מיר אז נעכטן נאכט איז פארגעקומען א ווייגעשריי ביים באנקעט לטובת מוסדות ק"י בראשות רבינו שליט"א, ווי די חברי הנהלה האבן פארן פובליק פארציילט אז די טיטשער'ס זענען נאך נישט באצאלט פון פאריאר זומער
און מלמדים פון ימים טובים צייט, די פינאציעלע צושטאנד איז א שרעק
ממש א שוידער !!!

עס איז נישט צום פארשטיין פארוואס מען נעמט נישט מיט ביי די באנקעטן פאר ילדי צרפת די פארטרעטער פון די ארימע מוסד וואס מיטשעט זיך אויף ברויט צו געבן פאר אירע איינגעשטעלטע
פארוואס דער רייכער 82 מוסד וואס שווימט אין מעלאנעס זיי קומט זיך צו ווערן היימיש מיט די נגידים וואס ביישטייערן פאר ילדי צרפת
איז פראנצויזישע יודישע חינוך נאר וויכטיג פאר ילדי צרפת און נישט ילדי סאטמאר :x :x ?????

מיין מיינונג » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:20 pm

· #8809
Re: פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן
אזא קרומע ק/פ האב איך שוין גאנץ לאנג נישט געזען

יאהאן » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:25 pm

· #8811
Re: פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן
מיינונג, דאס מיינט אז דו האסט נישט וואטסעפ...

בולעטין, כמיינונג, איך בין נישט קלאר וואס פונקטליך דא שטייט, ביטע מסבירן

בולעטין » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:43 pm

· #8816
Re: פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן
ווי איך פארשטיי ווייטאגט יענער אז די וואס גייען מיט ביי די באנקעטן פאר קרן להצלת צרפת זענען נאר פארשטייער פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, יענער האלט מען דארף מיטשיקן די ארימערע מוסדות וואס סאטמאר פארמאגט, אז זיי זאלן ווערן נאנט מיט די עשירים, נישט די מוסדות וואס האבן שוין צום לעבן.

מיין מיינונג » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:55 pm

· #8819
Re: פארוואס קומט נאר סאטמאר-82 ביי פראנצויזישע באנקעטן
שיקן? אפשר זאל מען שיקן די היימישע עניים? זיי וועלן גוט ווערן מיט די עשירים... מען שיקט עפעס סתם?!